דורך: גרשון קרעמער
 
מיט א צובראכענעם הארץ מעלדן מיר איבער די פטירה פון הרה"ח ר' שלמה ברוך בלוי זצ"ל, איינער פון די גאר נאנטע און געטרייע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע. דער נפטר האט די לעצטע תקופה געוויילט דא אין אמעריקע אין שפיטאל, ליידנדיג פון די שווערע מחלה ל"ע, וואו ער האט צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה פארן באשעפער אין דעם יונגן עלטער פון בלויז 55 יאר, נאך יארן פון שווערע יסורים וואס ער האט מקבל געווען באהבה.
 
דער נפטר איז געבוירן געווארן אין חודש כסלו תשל"א צו זיינע חשובע עלטערן, יבדלחט"א הרב ר' אברהם בלוי שליט"א און זיין חשובע מאמע ע"ה. אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט מיט גרויס פלייס אין ישיבת 'חכמי לובלין' בצל הקודש פונעם גרויסן גאון דער בעל 'שבט הלוי' זצ"ל. ער איז געווארן מקורב צו מוהרא"ש זי"ע אלס יונגערמאן נאך די חתונה, און פון דעמאלט אן איז ער געווען שטארק מקושר צו מוהרא"ש בעבותות אהבה; ער איז געווארן איינער פון די סאמע נאנטסטע תלמידים, און האט שטענדיג צוגעלייגט אן אויער אויפצוכאפן יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון מוהרא"ש זי"ע.
 
זיין גאנץ לעבן האט ער געווידמעט צו דרוקן און מפיץ זיין די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. צענדליגער יארן האט ער אריינגעלייגט כוחות עצומות טאג און נאכט צו דרוקן, מגיה זיין און פארשפרייטן די הייליגע ספרים איבער די גאנצע וועלט, אלס דער הויפט 'בעל מגיה' אויף אלע ספרים פון מוהרא"ש. פאר ער האט זיך אריינגעלייגט דערין זענען די ספרים געווען אן קיין ניקוד; ער האט עס פיל עדיטעד, איבערגעקוקט, מסדר געווען דעם דקדוק, און אריינגעלייגט דעם ניקוד אין פילע פון די ספרים. די באקאנטע סעריע "אשר בנחל", "חיי מוהרא"ש" און נאך הונדערטער ספרים און קונטרסים וואס מען געפינט היינט אויף די שעלפס אין אזויפיל אידישע שטובער, זענען אלעס זיינע פירות.
 
אויסער זיין ארבעט מיט די ספרים, איז ער געווען א געוואלדיגער בעל מחנך וואס האט משפיע געווען אויף זיינע תלמידים מיט זיין ווארעמען הארץ. אין יבנאל האט ער געדינט אלס ראש ישיבה פון 'תפארת מוהרא"ש', וואו ער האט מיט זיין הארציגן צוגאנג צוגעצויגן די נשמות פון די יונגע תלמידים. ער האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן בחור לויט זיין מדרגה, און ספעציעל האט ער געהאט א שפראך צו די געפאלענע און צובראכענע בחורים וועמען ער האט מחזק געווען און צוריקגעברענגט צום דרך המלך. מיט זיין אומגעהויערע סבלנות און גוטע ווערטער האט ער זוכה געווען מקרב צו זיין אומצאליגע אידישע קינדער צום אויבערשטן. זיין טיר איז שטענדיג געווען אפן פאר יעדן וואס האט געדארפט א גוט ווארט, זיך שואל עצה זיין איבער שלום בית, חינוך, אדער סיי וואס פאר א הילף.
 
כאטש וואס ער איז די לעצטע יארן נישט געווען געזונט און זיך געמוטשעט מיט א שווערע מחלה ל"ע, האט ער זיך אבער שטענדיג געשטארקט מיט אמונה און בטחון אז אלעס איז פונעם באשעפער, און אז אזוי ווי עס קומט פונעם אויבערשטן איז עס זיכער גוט. ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש און הרבצת התורה מיט א געוואלדיגע גבורת הנפש, טראץ די שווערע יסורים וואס ער איז דורכגעגאנגען. אפילו אין די לעצטע חדשים ווען די מחלה איז ליידער געווארן פיל שווערער, און דאס פארן קיין אומאן איז אים אנגעקומען מיט מסירות נפש ממש, האט אים גארנישט געקענט אפגעהאלטן פון קומען צום הייליגן רבין אויף דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן.
 
דער נפטר לאזט איבער נאך זיך זיין חשוב'ע אשת חיל עטרת בעלה תחי', א הערליכע דור פון ערליכע וואוילע קינדער און אייניקלעך וואס גייען בדרך התורה והחסידות, און הונדערטער תלמידים וואס האבן זיך געלערנט ביי אים.
 
כאטש וואס די פטירה איז א פארלוסט פאר גאנץ כלל ישראל, שפירט זיך אבער דער חסרון גאר שטארק ביי אונז אין היכל הקודש. ער האט איבערגעלאזט א גרויסן חלל וואס מיר אלע דארפן יעצט פרובירן אנצופילן. דערפאר וועלן אנשי שלומינו זיך מקבל זיין ווייטער ממשיך צו זיין אין זיינע וועגן, אליין ארויסצוגיין מפיץ זיין, און העלפן און שטיצן די וואס זענען עוסק אין הפצה בטירחא דגופא ובממונא לעילוי נשמתו פון דעם גרויסן נפטר, וואס וועט זיכער זיין א מליץ ישר פאר אלע וואס גייען אין זיינע דרכים.
 
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.