ווי אין גאנץ אמעריקע איז אויך אין ליבערטי געווען נאוועמבער וואלן, אין א שמועס מיט מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו אויף קול ברסלב, פארציילט ער אז ברוך השם מען זעט אז דער גענצער ציבור אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב זענען ארויס שטימען אויף די בקשה פון די הנהלה און די ראש ישיבה, און ברוך השם אז אלע קאנדידאטן פאר וועם די הנהלה האט געבעטן האבן געווינען זייערע אמטן.
 
ער פארציילט אז בסך הכל איז געווען אין ליבערטי בערך ניין הונדערט שטימען, פון וואס די שטעטל האט צוגעשטעלט בערך פינף הונדערט, און אז עס איז געווען איינער וואס האט געוואלט לויפן פארן סופערווייזער אמט, און געקומען צו די הנהלה פרעגן אויב ער לויפט צי מען וועט אים שטיצן, און ווען ער האט געהערט אז נישט, האט ער געזאגט דאן האט ער נישט קיין שאנס, און ער איז נישט געלאפן. און אזוי איז אויסגעקומען אז דער סופערווייזער איז געלאפן פאר זיין אמט אן קיין קעגנערשאפט בכלל.
 
ער האט געזאגט אז ער איז זייער נתפעל צו זען ווי ניין און ניינציג פראצענט פון שטעטל איז ארויסגעגאנגען שטומען. און אויסער ממש איינצעלנע וואס זענען געווען ממש אן אונס זענען אלע געקומען. מען זעט ווי דער ציבור פארשטייט אז די הנהלה איז דא בלויז לטובת הציבור, און זיי פארשטייען אז קיינער מיינט נישט זיך.
 
אויך האט מען געשטימט פאר פארשידענע אמטן אין די קאונטי, וואס מען נוצט כסדר זייערע סערוויסעס, ווי צום ביישפיל די "די-עם-ווי", דער מאטאר וויהקל דעפארטמענט, וואס ווערט געפירט דורך די קאונטי. אזוי אויך די פארשידענע סאושעל סערוויסעס ווי הילף פאר עסן "פוד סטעמפס", העלט אינשורענס הילף "מעדיקעיד", הייצונג הילף "היעפ", וואס די אלע זענען פעדעראלע פראגראמען, אבער ווערן געפירט פון די קאונטי. אויך דארף מען צומאל צוקומען צו די קאונטי בנוגע - עס זאל זיך נישט מאכן - די עי סי עס, די טשיילד פראטעקשאן סערוויסעס.
 
ביי דער געלעגענהייט האט האט ר' מנחם געבעטן אז איידער מען אפלייעט פאר הילף פון די רעגירונג צי היעפ, פוד סטעמפס, און אזוי ווייטער, איז אלץ כדאי מען זאל זיך דורכרעדן מיט ר' מרדכי אהרן וואס איז גרייט צו העלפן מיט'ן אויספילן די אפליקעישאן, און מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן געזעצליך. ווייל די קאונטי איז זייער שטרענג אויב מען טוט עפעס אומגעזעצליך, און אויב מען פילט עס אויס אן אפליקעישאן נישט ריכטיג, קען עס זיין זייער שווער.
 
ב"ה אז דא איז דא א ציבור וואס פאלגט, דער ראש ישיבה שליט"א בעט אז מען זאל זיך צוהערן צו די חברי הנהלה, פאלגט מען.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די רעגירונג.