ברית ביי האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש אין ישיבה
טז סיון תשע"ט 📝
דינסטאג אינדערפרי האבן די בחורים געהאט די זכי' צו האבן א ברית אין ישיבה, ווען האברך מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו האט אריינגעברענגט זיין זון לברית של אברהם אבינו.
מען האט געזען ווי די אנוועזענדע נוצן אויס דעם געלעגענהייט ווען אליהו הנביא קומט ביים ברית, און מען האט יעדער פאר זיך געבעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף.
דער ראש ישיבה איז געווען סנדק, דער עלטער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א, משב"ק כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד, דער זיידער מו"ה ליפא מענדלאוויטש הי"ו איז מכובד געווארן מיט אל הכסא, ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה נאך מוהרא"ש ז"ל,דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו.
ביים סעודת ברית האט דער זיידע הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א אויפגטרעטן מייט שיינע דברי תורה.
זאל דער אייבישטער העלפן זה הקטן גדול יהי', די עלטערן און זיידעס זאלן זען אידיש נחת פון דעם קינד און אלע אנדער.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים.