ברית אין קעמפ לבן הנולד ביי מו"ה אלי קנאלל הי"ו
ד אב תשע"ט 📝
פארגאנגעם ליל שישי זענען זיך א שיינע ציבור געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה ביים וואך נאכט אין מאנסי.
דערנאך ערב שבת קודש האבן די תלמדים אין קעמפ געהאט די זכי' אז מען האט געפראוועט דער ברית מילה אין ביהמ"ד פון קעמפ.
דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דער טאטע פון בעל שמחה מו"ה יצחק דוב הי"ו איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד. ויקרא שמו "ישראל".
מען האט געזען ווי דער ציבור ענוצט אטעס די געוואלדיגע געלעגענהייט בשעת דעם ברית ווען אליהו הנביא קומט, און יעדער האט גערעדט צום אייבערשטן שטילערהייט, און איבערגעבעטן דעם אייבישטער דאן ווען דער אייבשטער איז מוחל די עבירות אין זכות פון אליהו הנביא.
דערנאך איז פארגעקומען סעודת ברית אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז יעצט איז ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי די לענגסטע סדרה אין פסוקים און מיט דעם ענדיגט מען ספר במדבר, קען מען זען אז ווער עס האט געפאלגט מוהרא"ש ז"ל און מעביר סדרה געווען יעדן טאג אביסל, האט זוכה געווען און מסיים געווען יעדע וואך די סדרה, און יעצט איז אים א שמחה "חזק חזק ונתחזק" ער ענדיגט יעצט גאנץ ספר במדבר, און פארקערט אז מ'וויל נאר שלימות, מ'איז א פערפעקשאניסט, איך מוז יוצא זיין אלע שיטות און אלע חומרות, און די הנהגות פון אלע צדיקים, טוט מען דערנאך גארנישט.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים
בילדער פון ברית