ברית של בן מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל
ו כסלו תשע"ט 📝
פילע אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום דאווענען די וואך מאנטאג אינדערפרי אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב (עצי תמרים) צום ברית פונעם אינגל וואס איז געבוירן צו מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו.
אן ערנסטקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער מוהל איז צוגעגאנגען צום ברית, און אלע אנשי שלומינו וועלכע זענען געווען פארזאמעלט האבן אויסגענוצן די געלעגענהייט, ווען אליהו הנביא קומט צום ברית, און מתפלל געווען צום אייבערשטן ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, און געבעטן פאר ישועות ורפואת ברוחניות ובגשמיות.
מיט מוהלת איז מכובד געווארן מו"ה אהרן ווייס הי"ו, און דער רך הנימול איז נאמען געגעבן פארן קינד "חנני' יום טוב", נאך הרה"ח ר' ליפא מאנן ז"ל, אן עלטער זיידע פונעם קינד.
ביים סעודת ברית האט מען געהערט דברי תורה פון הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א רב ומו"ץ ביהמ"ד בית דוב, א זיידע פונעם קינד, וואס האט געזאגט טרעפליכע ווערטער לכבוד דעם המעורע.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.