פילע אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום דאווענען היינט דינסטאג אינדערפרי צום ברית פוענם אינגל וואס איז געבוירן צו מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בלומינג גראוו.
א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער מוהל איז צוגעגאנגען צום ברית, אלע אנשי שלומינו וועלכע זענען געווען פארזאמעלט האבן אויסגענוצן די געלעגענהייט, ווען אליהו הנביא קומט צום ברית, און מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס ער דארף און וואס עס קוועטשט אים.
דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו, און מ'האט א נאמען געגעבן פארן קינד "אליעזר שלמה", נאך מוהרא"ש ז"ל.
ביים ברית האט מען געהערט דברי תורה פון הרב שלום וועבערמאן שליט"א מנהל בית רחל קרית יואל, זיידע פונעם קינד, וואס האט געזאגט טרעפליכע ווערטער לכבוד דעם ברית.
דער אייבישטער זאל העלפן אז כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און זאל גיין אין די וועגן פונעם צדיק מוהרא"ש ז"ל נאך וועמען דער קינד הייסט.
בילדער