די אלע טויזנטער אידן באקומען די חיזוק יומי המתורגם פרייען זיך מיט מיט די שמחת הולדת הבן ביי הרב נחמן פילמער הי"ו פון בני ברק, וואס איז זיך מוסר נפש צו איבערטייטשן און פארשפרייטן די הייליגע דיבורים עצות און חיזוק פון רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז געלערענט וואס ווערט איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אידיש – אז די אלע אידן וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן זיך אויך קענען מחי' זיין און קענען לעבן מיט די עצות און שכל, און ווערן נאנט צום אייבערשטן.
זאל אים די זכותים ביישטיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיינע קינדער, און ער זאל האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו. אמן.