ברכת מזל טוב פארן ראש ישיבה שליט"א צום געבורט פון ערשטן אייניקל
יא אייר תשפ 📝
א גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש ברסלב מיט די נייעס אז עס איז געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב צו הר"ר שלמה ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א און איידעם פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל.
יעצט אין די צייט פון די געהויבענע שמחה ביים ראש ישיבה שליט"א - וואס איז זיך מוסר נפש און עס גייט אים אין לעבן אז נאך אידן זאלן האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן, האבן שלום בית, און עכט אידיש נחת פון די קינדער - וואונטשן אים אלע אנשי שלומינו אז ער זאל ווייטער קענען ברענגען אידן צום אייבערשטן און ווייטער קענען פארשפרייטן די גוטע עצות פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט, כאוות נפשו, און ער זאל זען אידיש נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.
אזוי אויך פארן זיידן הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז דער איבערגעגעבענער גבאי פונעם ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, און איז א לעכטיג ווינקל אינעם עצי תמרים קווארטל פון קרית יואל, ווי אידן פון גאנצע שטאט וואס זוכן א גוט ווארט און אן עצה פארן לעבן ווייסן אז דארט קען מען קען שטענדיג באקומען לופט צום אטעמען און חיות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, יעצט ווען עס איז געבוירן געווארן אן אייניקל ביי הר"ר יואל שליט"א איז די וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, און קענען מפיץ זיין דעם אור פון הייליגן רבין לכל דורש ומבקש, און ער זאל האבן רב תענוג ונחת ביי קינדער און אייניקלעך.
אין דער צייט איז אויך דער וואונטש פון אנשי שלומינו צום בעל שמחה הר"ר שלמה שליט"א מלומדי כולל היכל הקודש ברסלב ווי ער לערנט מיט גרויס התמדה טאג טעגליך און איז זיך משלים אין תורה והוראה, אז ער זאל ווייטער שטייגן בתורה און יראת שמים און ער זאל זען רב תענוג ונחת אמן.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל.