די ברסלב בחורים וועלן משמח זיין פורים
כח שבט תשפ"ג 📝
אידן איבער די וועלט גרייטן זיך צום פרייליכן טאג פורים. דער היילגער יום טוב ווען מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויס חסדים בימים ההם בזמן הזה, ווען צוררי ישראל ווילן אונז מאבד און מכלה זיין, און טראץ די גרויסע הסתרת פנים, טוט דער אייבישטער גרויסע נסים און ווען מיר זעען איין אז עס איז נישטא צו וועם צו גיין נאר צו אים און מען בעט דעם איינציגער באשעפער ראטעוועט ער אונז פון אלע וואס ווילן אונז שלעכטס טון.
אנשי שלומינו אזוי ווי אלע ערליכע אידן גרייטן זיך צום גרויסן טאג, ווען מען מרבה זיין מיט צדקה, גמילת חסדים און אהבת ישראל, יעדער איינער לויט זיין וועג. די בחורים שטעלן זיך צוזאם אין גרופעס וואס וועלן אינאיינעם ארום פארן צו די שטובער פון אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן דעם תענוג רוחני זיך משמח זיין מיט די בחורים תלמידים פון די הייליגע ישיבה, מען וועט זינגען די שיינע ניגונים פון ראש ישיבה וואס וועט אויפלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן אין דעם געהויבענעם טאג.
ווי מען זעט ווערט פון יאר צו יאר די פארלאנג גרעסער און גרעסער, פילע אידן ווילן האבן די ברסלב'ע בחורים אין שטוב אום פורים, אבער במציאות איז נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם, עס איז דא א באגרעניצטע צאל גרופעס, און די צייט איז זייער קורץ, דערפאר וועט מען מוזן באשטעלן די בחורים פאראויס, און נאר פאר א באשטימטע סכום צדקה פאר די הייליגע ישיבה וועט מען קענען קומען.
צו באשטעלן די בחורים קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. רופט וואס פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר