ברסלב בלטעל לייגט צו געשמאק הלכה ווינקל
יב תמוז תשפ"ד 📝
אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר'ן קרן הדפסה בכלל און פאר'ן עורך הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א בפרט, וואס צוזאמען מיט די גאנצע שטאב פון שרייבער, מגיהים און דיזיינער געבן זיי זיך אוועק וואך נאך וואך און ארבעטן יומם ולילה צו צושטלען פראפעסיאנאלע און געשמאקע ארטיקלען אנגעפילט מיט תוכן פאר אלעמען, מענער, פרויען, קינדער, אינגלעך און מיידלעך. יעדער טוט זיין חלק בנאמנות, דער שרייבט הומאר, דער אנדערע שרייבט נייעס, אדער וויסענשאפט, מען קלויבט צוזאם שיינע בילדער, מען איז עס מגיה, און מען שטעלט אוועק א הערליכע אויסגאבע יעדע וואך מיט א הערליכע "דעקל" וואס זאל ציען דאס אויג, אז מען זאל נישט דארפן נישטערן אין די מיסטן צו ליינען זאכן וואס רעדן פון געלט און כבוד אנשטאט פון אויבערשטן און זיין תורה.
די עורכים האלטן פאר זייערע אויגן זייער ציל, און ארבעט שווער צו פארבעסערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט תוכנ'פולע און געשמאקע ארטיקלען. איינע פון די אפטיילונגען וואס האבן זיך לעצטענס שטארק פארברייטערט און פארבעסערט איז די "קינדער אפטיילונג" וואס איז שטארק בארייכערט געווארן מיט געשמאקע אקטיוויטעטן פאר די קינדער, מיט פרייזעס און גורלות פאר די קינדער וואס שיקן אריין ענטפערס אויף די חידות און פראגעס.
די וואך איז צוגעקומען א פרישע פערל אינעם קייטל, ווען מען האט די זכי' אז דער חשובער דיין פון שטעטל הגאון רבי יונה זינגער שליט"א האט באוויליגט צו בארייכערן דעם בלעטל מיט א "הלכה ווינקל", וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק פארלאנגט אז מען דארף לערנען הלכה, וואס נאר אזוי קען מען וויסן וואס א איד דארף צו טון. דער ווינקל האט די וואך אנגעהויבן מיט די הלכות פון "הדלקת נרות שבת", ווי דער דיין לייגט עס אראפ אזוי שיין און געשמאק, און לייגט צו פראקטיש למעשה וואס מען דארף צו וויסן, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין.
מיר האפן צום אויבערשטן אז דער ווינקל וועט גיין לויטן פלאן און במשך די צייט וועט מען דורכלערנען מיט'ן דיין שליט"א הלכה למעשה "גאנץ הלכות שבת", וואס זענען זייער וויכטיגע הלכות וואס איז נוגע יעדע שבת ויום טוב, וואס באשטייט פון א גאר שיינע חלק פון יאר, און פילע פרטים פון די הלכות זענען שטארק אומבאקאנט, וואס איז גורם אז מען זאל חלילה וחס קענען בשוגג נכשל ווערן אין די הארבע זינד פון "חילול שבת". אבער מיט'ן אויבערשטנעס הילף די וואס וועלן מיטהאלטן וועלן קענען זוכה זיין צו היטן דעם הייליגן שבת כהלכתו, וואס אין איר זכות וועט מען זוכה זיין צו די פילע ברכות וואס דער הייליגער שבת געבט.
ואם יצא אדם חובת היום אשרי לו