ברסלב מצה בעקעריי ב"ה געעפענט פארן סעזאן
ט שבט תשפ"ו 📝
הודו לה' כי טוב! מיר דאנקען דעם באשעפער אז די "מצוה בעקעריי" אין שטעטל האט שוין געעפענט אירע טויערן פארן קומענדיגן פסח סעזאן, כדי אנשי שלומינו זאלן קענען האבן מצות געבאקן לויטן געברויך.
די הנהלה האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות און מאנאטן פון שווערע ארבעט מיט פלאנירונגען. די גאנצע אפעראציע ווערט געפירט אונטער די אויפזיכט פון חבר הנהלה מו"ה שבתי מזרחי און דער מענעדזשער מו"ה נח הערש ווייס. דער דיין שליט"א גיבט א שטרענגע השגחה און קומט כסדר פערזענליך אראפ איבערצוקוקן די טעגליכע ארבעט פונדערנאנט.
די מצות ווערן געבאקן מיט די העכסטע סטאנדארטן פון כשרות, הידורים און חומרות. אלע הוראות און אנווייזונגען פארן בעקעריי ווערן געגעבן פערזענליך דורך'ן ראש ישיבה שליט"א, וועלכער פירט אן דעם גאנצן פראצעס מיט פונקטליכע הדרכה און גייט איבער יעדעס איינציגסטע דעטאל מיט'ן מענעדזשער און מיט'ן דיין. דער דיין באזוכט דארט רעגלמעסיג און האלט אן אפן אויג אויף די גאנצע ארבעט, פון קנעטן ביז'ן דעליווערי צו די קונדן. דער דיין האט זיך אויסגעדריקט אז ס'איז נישטא קיין מצות אזוי מהודר ווי די וואס ווערן געבאקן אין די ברסלב'ער מצוה בעקעריי.
אנשי שלומינו וואס קויפן דארט מצות שוין די לעצטע פאר יאר, זינט די בעקעריי האט געעפענט, זאגן אז די מצות זענען אויסערגעווענליך געשמאק און וואונדערבאר. נאך מער פרייד איז דאס וויסן אז די מצות ווערן געבאקן דורך ברסלב'ער חסידים, יראים ושלמים, וואס זענען דבוק אינעם אויבערשטן און גייען זיך אין מקוה יעדן איינציגן טאג.
אנשי שלומינו קוקן עס אן פאר א געוואלדיגע זכיה צו קויפן די מצות דא אין אונזער מצה בעקעריי. מיט דעם זענען זיי מקיים די "לכו והתפרנסו זה מזה", און העלפן צושטעלן פרנסה בדרך כבוד פאר פילע משפחות פון אונזערע חברי הקהילה וואס ארבעטן דא אין די בעקעריי מיט גרויס געטריישאפט.
אזוי ווי יו"ט פסח קומט שוין אן מיט שנעלע טריט און די צייט איז גאר קנאפ, איז די צאל פון די מצות זייער באגרעניצט. צוליב די באגרעניצטע צאל מצות וואס מ'קען באווייזן צו באקן פאר'ן יו"ט, בעטן מיר דעם עולם מען זאל מאכן די ארדערס ווי פריער מעגליך, כדי מיר זאלן קענען נאכקומען די באדערפענישן פון יעדן איינעם אויפ'ן בעסטן אופן.
ווער עס וויל באשטעלן מצות זאל ביטע רופן מו"ה נח הערש ווייס הי"ו 845-539-0018. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער טון זיין מאקסימום נאכצוקומען יעדנ'ס פארלאנג.