די ברסלב שמורה מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב גרייט זיך צו באקן "ערב פסח מצות" צום ערשטן מאל. מען קען זיך נאך איינשרייבן צו קומען אנטייל נעמען אין דעם געהויבענעם און פרייליכן מאמענט ווען מען וועט באקן מיט שמחה און געזאנג די מצות מצוה לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה. ווי מען געט איבער, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך באטייליגן די גאנצע צייט.
 
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו די וואס נעמען נישט קיין ערב פסח מצות, אדער קומען נישט בפועל ארבעטן איז כדאי מען זאל אריבער ברענגען די קינדער, זיי זאלן קענען שפירן וואס דאס הייסט א שמחה של מצוה, ווען ברסלבע אידן באקן מצות איז פרייליך און אויפגעלייגט. און דאס וועט זיין א גאר א גוטע חינוך פאר די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן.
 
אלע אידן פון אפסטעיט זענען געלאדענט אנטייל צו נעמען און צו באשטעלן ערב פסח מצות, עס לויט זיך צו קומען אפילו אפילו פון  קרית יואל אדער מאנסי. עס וועט זיין אן עקספירענס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן.
 
די בעקעריי וועט זיין אפן ערב פסח פון איינס אזייגער חצות, און אלע וואס ווילן באשטעלן זאל רופן וואס שנעלער די ספעציעלע מצה בעקערי נומער אויף 845-747-0444 און זיך רעגיסטרירן צו ארבעטן און קויפן ערב פסח מצות.