אין די יעצטיגע טעג ווען די פרייזן פון דעליוועריס אין די אלגעמיינע וועלט זענען זייער הויך, איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן אז שאפּ.ברסלב-סענטער.קאם שטעלט צו "פרי דעליווערי" איבער גאנץ אמעריקע פאר ארדערס פון פינף און דרייסיג דאלער און העכער.
דער וועבסייט האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט בכלל און ביי אנשי שלומינו חסידי ברסלב בפרט מיט די העכסט פּראפעסיאנאלע געשמאקע אויסשטעל, שנעלע דעליווערי, און בפרט מיט די גאר גאר עפארדעבל פרייזן. די פרייזן פון די קונטרסים לויפן אין די געגענט צווישן "איינס-און-א-האלב" און "צוויי" דאלער פאר רוב רובם פון די קונטרסים. דאס איז מיטן ציל אז יעדער איד איבער גאנץ יונייטעד סטעיטס זאלן קען באקומען 17-23 קונטרסים פאר די נישטיגע סכום פון פינף און דרייסיג דאלער - שוין אריינגערעכעט דעליווערי.
די שטאב פון קרן הדפסה ארבעט שווער צוצושטעלן אלע הדפסה והפצה געברויכן פאר אנשי שלומינו, מען דרוקט און מען שטעלט ארויף אויפן וועבסייט פילע נייע קונטרסים טאג טעגליך.
צווישן די גאר פאפולערע אידישע און ענגלישע קונטרסים וואס זענען געדרוקט געווארן לעצטענסט ציילן זיך אויפבויען קינדער - You Are Not A Failure - דערהאלט זיך ברודער - A Peaceful Home - וואו לויפסטו - Perenting With Pride - דער באשעפער איז מיט דיר - קדושת שובבי"ם - שומר הברית עם תיקון הכללי - דער באשעפער דארף דיך יא - Self Confidence - געב נישט אויף - א רואיג לעבן - גלייב אין דיר - א רבי וואס קען מיך העלפן - The Secret of Success - אוצר הקדושה - Don't Worry. און נאך אסאך.
די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, ווי אידישע שטובער ווערן אויפגעראכטן, בחורים און מיידלעך טרעפן צוריק דעם וועג צום אייבערשטן, אידישע קינדער הייבן אן צו באקומען א קשר מיטן אייבערשטן, מען רעדט צו אים און מען לערנט זיין הייליגע תורה, דאס געט די כחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, וואס ווערט צוכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט.

לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'