ברסלב סענטער וועבסייט וועט בעז"ה ווערן אינגאנצן איבערגעארבעט
כ תמוז תשפ"ג 📝
אין די טעג זיצן די הנהלה פון קרן הדפסה אין געשפרעכן מיט א גרופע עקספערטן וואס באשטייען פון גרויסע דיזיינערס, דעוועלאפער און פראגראמירער וועלכע פארשטייען צו מידיע און וועבסייטס, און מען לאזט זיך אריין אין א פרישע פראיעקט וואס ווערט ערווארטעט אריינצוציען אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, דאס קומט טראץ דעם וואס די קרן הדפסה איז פארנועמן אין די טעג מיט נאך פילע אנדערע פראיעקטן, גרייט מען זיך יעצט צום נייעם פראיעקט פון פריש איבערארבעטן דעם דאזיגן וועבסטייט אין וואס איר ליינט יעצט דעם באריכט, דאס טוט מען צוליב וואס דער וועבסייט איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר מעגליכקייט, ווייל ווען מען האט עס געגרינדעט זענען אירע אקטיוויטעטן געווען אויף אסאך א קלענערן פארנעם, און בכלל זענען די טעכנאלאגישע מעגלכיקייטן דאן בכלל אויך געווען אסאך ווייניגער.
מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט דער וועבסייט באקומען א גענצליך נייע צורה, עס וועט ווערן קאמפליט פריש איבערגעבויעט מיטן ציל אז ווען מען אריינקומען וועט זיך עס שפירן ווי מען איז אריין געקומען צו א געשמאקע לופטיגע ברייטע און הערליכע וועבסייט, ווי אלעס ליגט מסודר, יעדע זאך אין זיין פלאץ מיט גרינגע און באקוועמע צוטירט צו אלץ און אלעמען; די בילדער וועלן בעז"ה זיין שיין גרויס און קלאר, אזוי אויך די ווידיאס; די נייעס, ארטיקלען, בריוו און שאלות וועלן זיין הערליך און געשמאק צום ליינען, און די ספרים קונטרים און גליונות וועלען בעז"ה זיין גרייט און גרינג צו דאונלאודן. אזוי אויך איז מען דן איבער פארשידענע פרישע נוצבארע אפציעס און אפטיילונגען וואס וועלן בעז"ה צוקומען.
דער וועבסייט איז גאר פאפולער צווישן ערליכע אידן וועלכע זוכן א גוט ווארט ווען מען איז פארשלאפן, א פלאץ וואס וועט אויפוועקן מען זאל זיך דערמאנען פון אויבערשטן. ברסלב סענטער איז א וועבסייט וואו צענדליגע טויזנטער אידן קומען כסדר אריין צווישן אירע שפאלטענעס און זענען זיך מחי' מיט די בריוו, מיט די שאלות ותשובות, אפדעיטס, ארטיקלען, בילדער, און שיעורים וואס מען קען דא זען; אזוי אויך קומט אריין פון דא גאר אסאך פון די שאלות צום ראש ישיבה שליט"א וואס ווערט שפעטער געענטפערט און געדרוקט אין עצתו אמונה - דער ספר וואס איז די נומער איינס וואס ווערט צעכאפט ביי די מפיצים - דער ספר וואס האט שוין אזויפיל אידן געטוישט זייער לעבן צום גוטן.
צענדליגע טויזנטער אידן באזוכן כסדר אונזער וועבסייט זוכן פאר א געוויסע שיעור, שאלה, אדער מוזיק ווידיא, צוליב וואס אלעס וואס ווערט דא געליפטערט איז מיט'ן איינציגן ציל, אז נאך א איד זאל האבן אזא געשמאקע לעבן וואס דער רבי האט אונז צו אפפערן; און אז נאך א איד זאל אים גוט גיין, ביי נאך א משפחה זאל זיין פרייליך, מען זאל זיך ליב האבן; נאך א בחור אדער מיידל זאלן באקומען די שטארקייט בייצושטיין די שווערע נסיונות, און אויסווארטן זייער שידוך; נאך א איד זאל וויסן אז ער איז נישט פארפאלן ער זאל פארגעסן וואס איז געווען און גלייבן אז דער אויבערשטער דארף אים נאך יא.
אנשי שלומינו שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן קרן הדפסה און פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט אן די אלע פראיעקט טאג טעגליך, און אויסער דעם וואס מען דרוקט כסדר פרישע ספרים, מען דרוקט איבער די אלטע, מען פירט אן מיט א מעכטיגע הפצה פאבריק, האלט מען אויף און מען פרישט אויף דעם דאזיגן "ברסלב סענטער" וועבסייט.