ברסלב סענטער נעמט שוין ענדליך אן ספאנסערשיפּס
כג שבט תשפ"ב 📝
דער ברסלב סענטער וועבסייט וועלכע גייט שוין אן פאר עטליכע יאר, און וואקסט און פארברייטערט זיך מיט יעדן טאג, מיט אקטיווע פלענער צו פארטאפלען און פארשענערן און צולייגן נאך און נאך אפציעס.
איינע פון די גרויסע און קאסטבארע פראיעקטן איז א "ברסלב סענטער טעלעפאן עפפ" וואס האלט שוין ברוך השם ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט גאר בקרוב מיט אייבערשטנס הילף פארטיג ווערן.
דער וועבסייט וואס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג ב"ה מיט נייעס, בריוו, שאלות, בילדער, שיעורים, קליפס, גליונות און נאך קאסט גאר אסאך אויפצוהאלטן, פאר א מינימאלע פרייז קען מען קויפן דער זכות פון א טאג "פרנס היום", וואך "פרנס השבוע", און חודש "פרנס החודש" וואס וועט באצאלן די הוצאות פון אויפהאלטן דעם וועבסייט.
וואס קען זיין א גרעסערע צדקה פון געבן פאר הפצה? דער וועבסייט איז פון די גרעסעטע הפצה אפאראטן וואס איז נאר פארהאן, דער וועבסייט ציעט צו זיך שווערע טויזנטער באזוכער פון די איבער גאנצע וועלט, פילע וועלכע האבן נישט די געלעגענהייט צו קומען פערזעליך אין א בית המדרש היכל הקודש, און הערן פערזענליך א שיעור פון ראש ישיבה, זיצן ביי זיך אין אפיס און שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים און בריוו און באקומען חיות און הדרכה וואס באלייכט זיי זייער לעבן.
איר קענט יעצט גיין צום מעין פעידזש פונעם וועבסייט און טרעפן דעם פרישן קנעפל "זייט אייך משתתף" ווי איר וועט קענען מנדב זיין וויפיל איר קענט כברכת השם אשר נתן לך.
די גרעסערע נדבות ווי פרנס השבוע און פרנס החודש קען מען אויך באצאלן אין פעימענטס.
ווען איר געבט אייער נדבה, געדענקט אויסצוקלויבן אייער טאג/וואך/חודש. אין די צייט פון א יארצייט פון די עלטערן/זיידעס/צדיקים לויט אייער באגער, אדער אין צייט פון א שמחה אדער במקום סעודות הודאה, און טוט א נחת רוח פאר רבונו של עולם מיטן שטיצן דעם וועבסייט וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אויף אזא פארנעם.