ברוך שהחיינו וקיימנו, אז היינט האט זיך געעפענט דער טויער פאר דער ברייטער ציבור פון צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אין די גאנצע וועלט וואס ענגלישער שפראך איז זייער מאמע לשון (וואס איז - אגב - א סאך א גרעסערע ציבור פון די אידיש רעדנדע עולם), אז אויך זיי זאלן קענען צוקומען און פארשטיין די אלע חיזוק און עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט אלע יארן, וואס דער ראש ישיבה געט אונז כסדר אין פארעם פון דרשות, בריוו, שאלות ותשובות, קליפס א.א.וו. אז אויך זיי זאלן וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין" און יעדע זאך וואס מען דארף קען מען און דארף מען נאר בעטן פון אים.
דער אדרעס פונעם נייעם וועבסייט איז https://en.breslevcenter.com/. אויך קענט איר טרעפן א לינק צום ענגלישן וועבסייט דא אויפן וועבסייט אויבן נעבן דעם "לאגין" לינק.
ביים יעצטיגן געלעגענהייט איז פאסיג צו דערמאנעם דעם ציבור וואס איז נהנה און שעפט חיות פונעם ראש ישיבה'ס חיזוק דורכן וועבסייט, אז מען קען מנדב זיין דא אויפן וועבסייט פאר דעם הייליגן צוועק.
סיי צו קענען אויפהאלטן און פארבעסערן דעם סייט, און דורכדעם האבן א חלק אין די אלע מצוות און מעשים טובים וואס אידן ווערן נתעורר פון די אלע בריוו און דרשות פונעם ראש ישיבה וואס ווערט דעליווערט דורכן וועבסייט.
אויך קענט איר דא מנדב זיין פאר די הייליגע "ישיבה" תפארת התורה וואס איז פקיע שמיה איבער די גאנצע וועלט, ווי די אלע דרשות און בריוו ווערן דארט ערצייגט און פון וואס מיר אלע זענען נהנה טאג טעגליך.
אויך קענט איר אויסוועלט "הדפסה" צו מנדב זיין דאס דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס ווערט נאכדעם צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און געט לעבן ברוחניות ובגשמיות פאר טויזנטער אידן. וואס ווען נישט הפצה, וואלטן מיר קיינמאל אפילו נישט געוויסט פון הייליגן רבינ'ס נאמען.
צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, ביטע דרוקט דעם לינק https://breslevcenter.com/donations און וועלט אויס "וועבסייט", "ישיבה", אדער "הדפסה", און דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט.
 
וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה