ברסלב סענטער אין די ענגלישע שפראך ווערט שוין אט פערטיג
ז אדר א' תשע"ט 📝
עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס איז געזען געווארן א שטארקע פארלאנג צו האבן די אלע לעכטיגע עצות און חיזוק אויך אויף די ענגלישע שפראך, טויזנטער אידן וואס רעדן נאר ענגליש האבן שוין געווארט און געבעטן א לענגערע צייט, "למה נגרע". דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז ברוך ה' נאך די איבערמידליכע ארבעט פון עטליכע חדשים איז שוין בעזהשי"ת די ברסלב סענטער וועבסטייט אויף ענגליש שוין כמעט אינגאצן פערטיג, און וועט ביז עטליכע טעג ווערן געעפענט פארן פובליק.
לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה'