יעדן טאג באקומט אונזער "ברסלב סענטער" וועבסייט טויזנטער באזוכער פון אידן איבער די גאנצע וועלט וואס זענען געוואויר געווארן פון די זיסע וועגן וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס. זיי קומען ארויף און הערן אויס די שיעורים פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט, זיי דאונלאודן גליונות, אדער קונטרסים פון "ברסלב סענטער" און זאגן אונז ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוט. עס קומען כסדר צוריק גריסן פון מענטש ווי "איך האב אנגעהויבן לעבן מיט אייבערשטן", "מיין שלום בית איז נישט צו דערקענען", "איך האב קיינמאל נישט געשפירט די זיסקייט פון די הייליגע תורה ווי יעצט", "איך האב אנגעהויבן ליב צו האבן אהיימצוקומען צו מיין ווייב און קינדער, מיין שבת טיש איז יעצט אזוי געשמאק" א.א.וו. און זיי האבן כסדר געבעטן "מיר ווילן קויפן דעם און דעם ספר פון מוהרא"ש זי"ע", אדער "וואו קען מען קויפן סידיס פון ראש ישיבה שליט"א?" א.א.וו.
דערפאר האט די מאנשאפט אריינגלייגט גרויסע כחות אין די לעצטע פאר חדשים צו קענען עפענען דעם "געשעפט" אפטיילונג פון אונזער וועבסייט. מען האט אינוועסטירט גאר אסאך צייט, געלט, און מיה, צו אויפשטעלן און מסדר זיין דעם "געשעפט" בלאט פון "ברסלב סענטער", וואו מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, און נאך פארשידענע ארטיקלען, און עס באקומען דעליווערט אהיים צום טיר.
אין די טעג ווערט נאך אויסגעארבעט די לעצטע טעכנישט דעטאלן פונעם געשעפט אפטיילונג, וואס וועט בעז"ה זיין מסודר הערליך שיין און קלאר, און גרינג צו באנוצן.
די פראיעקט פון אויפהאלט דעם וועבסייט און עס כסדר פארבעסערן ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין דורכ'ן דרוקן דעם לינק.
 
💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט