אסאך אידן דארפן צוקומען אין די ביזנעס צו פארשידענע דיווייסעס ווי טעלעפאנען און טעבלעטס וואס ארבעטן הויפזעכליך מיט עפפס, דער סמ"ך מ"ם ארבעט אריין אויף קעסל און כלים עס אנצופילן חס ושלום מיט אלע סארטן מרעין בישין, און מיט דעם אראפווארפן דעם איד אין עקלדיגע עבירות און דורכדעם פארברענען זיין מח וואס נעמט אוועק דעם איד פונעם אויבערשטן. ערליכע אידן פאלגן די רבנים און נעמען נישט אריין די כלים אין שטוב, און אויב מען דארף עס האבן ביי די ארבעט, מאכט מען זיכער עס צו כשר'ן אויפן בעסטן אופן, און מען האלט עס נאר אין אפיס "פראם ניין טו פייוו".
 
אין די היינטיגע ביזנעס וועלט איז זייער מצוי אז מען מוז זיך באנוצן מיט די כלים אויף א כשר'ע און אויסגעהאלטענע וועג, דערפאר איז זייער וויכטיג אנצופילן די כלים מיט ערליכע זאכן, הייליגע זאכן, און אנשטאט מען זאל לייגן אויף די דיווייסעס אזוי גערופענע "כשרע ענטערטעימענט" עפפס וואס אין בעסטן פאל פארברענט עס די צייט מיט נארישקייטן, לייגט מען ארויף דערויף עפפס וואס וועט מיר דערמאנען פונעם אייבערשטן, דערמאנען איך זאל עפענען א חומש, דערמאנען אז דער אייבישטער ווארט אז איך זאל רעדן צו אים.
 
ווי מיר האבן שוין באריכטעט האבן עטליכע אינגעלייט מאנשי שלומינו אריינגעלייגט גרויסע כחות צו ערצייגן א הערליכע געשמאקע עפפ פארן ברסלב סענטער וועבסייט, וואס האט שוין געהאט טויזנטער דאונלאודס פון פילע לענדער איבער די וועלט, דאס מערסטע פארשטייט זיך אין אמעריקע, און נאכגעפאלגט מיט ארץ ישראל, קאנאדא, ענגלאנד, ארגענטינא און נאך, פון וועמען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן, ווי געשמאק און שיין דאס איז אהער געשטעלט.
 
מענטשן נוצן דאס ביים רויט לייט אויפן טראק צו ליינען א בריוו פון ראש ישיבה, ביים לאנטש ברעיק צו הערן א חיזוק יומי, אדער אין א שווערע מינוט צו טרעפן חיזוק און עצות.
 
אויף די פילע פידבעק פון די באנוצער, האט מען אין די לעצטע חדשים זינט מען האט עס געלאונטשט, צוגעלייגט פילע אפדעיטס און נייע פיטשערס.
 
פאלגענד זענען די אפדעיטס צום עפפ:



1. נאטיפיקאציעס: מען באקומט שוין נאטיפיקאציעס פאר יעדע נייע זאך וואס ווערט ארויפגעלייגט אריינגערעכענט בילדער, נייעס, קליפס, שיעורים, בריוו און טעגליכע בריוו. און מען קען אנשטעלן פאר וועלכע זאך מען זאל באקומען א נאטיפיקציע און וועלכע נישט.
 
2. דאונלאודס: מען ארבעט יעצט אז מען זאל קענען דאונלאודן די שיעורים, קליפס און בילדער.
 
3. בעקגראונד פלעי: מען ארבעט יעצט אויף א פיטשער אז מען זאל קענען הערן שיעורים אפעלו ווען מען גייט ארויס פונעם עפפ, "פיקטשער אין פיקטשער", דאס הייסט אז ווען מען גייט ארויס פון די פעידזש פון א ווידיא, שפילט עס ווייטער, נאר די פלעיער ווערט קליין. און אויב מען מאכט צו די פּלעיער וועט עס ווייטער שפילן אין די בעקגראונד.
 
דאס איז בלויז א חלק פון די נייע זאכן וואס גייען זיין אי"ה אין די קןמענדיגע שטיק צייט.