מיר אלע צווישן די צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די לעכטיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט, פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט, מאכט נישט אויס ביי וועלכע קרייזן אדער פון וועלכע שבט מען שטאמט, אלע ווייסן אז די אדרעס צו וועם מען קען שרייבן אלע ספקות און שאלות וואס דרוקט אויפן הארץ איז צום ראש ישיבה, מען ווייסט אז דער ראש ישיבה וועט ענטפערן מיט אן אמת'ע רחמנות און מיטגעפיל, דער ראש ישיבה וועט ענטפערן מיט לעזונגען אויף למעשה, מען וועט באקומען א תורה'דיגע ענטפער גענומען פון הייליגע ספרים אנגעהויבן פון די הייליגע תורה, און חז"ל, און אלע צדיקים ביז דער הייליגער רבי און זיינע תלמדים און בפרט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט זיך אזוי שטארק אראפגעלאזט צום היינטיגן דור, און באלאכטן און דערלייכטער אידישע הערצער מיט זיינע טויזנטער הייליגע ספרים און בריוו, פונעם הייליגן ספר אשר בנחל. און דאס טוט דער ראש ישיבה ווייטער פארזעצן מיטן געבן ענטפערס פאר אידן וואס שפירן זיך צובראכן און פארלוירן זוכנדיג אן ענטפער צו זייער שאלה, צי מען איז אריינגעפאלן אין א פלאנטער בגשמיות, מען האט אנגעזעצט די גאנצע שטאט און מען ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון, מען זוכט א שידוך און מען טאפט א וואנט, מען שפירט אז די שטוב איז א גהינום און מען זעט קיין וועג, אדער מען ברוחניות, דער סמ"ך מ"ם האט מיך פארכאפט אין זיין נעץ איך בין אריינגעפאלן אין א קלעבעדיגע שמוץ פון וואס איך קען זיך נישט ארויסזען, מען וויל שפירן דעם אייבערשטן אבער איך טראכט נאר פון געלט און כבוד, מען וויל אנהייבן צו לערנען אביסל תורה, אבער איך האב א פארשטאפטע קאפ, כהנה וכהנה, יעדער מיט זיין צרה, און פלאנטער, וואס זייער וועלט ווערט אויפגעלאכטן נאך א בריוו פון ראש ישיבה וואס שטארקט און דערפרייט מען זאל נישט אויפגעבן, און שרייט צו יעדען איד וואס איז גרייט צו הערן "עס איז דא א וועג פאר דיר, דראפע דיך און דערהאלט זיך וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה".
 
דאס גייט אזוי אן יעדן טאג, עס איז שוין א רוטין אז מען עפענט אויף דעם וועבסייט, און מען איז זיך מחיה מיט די לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה, און מען שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, מען פארגעסט צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע מתנה וואס אונזער דור האט באקומען.
 
דערפאר ווען מען קומט אן צו "רינדעכיגע" נומער, איז א פאסיגע צייט אריינצוקלערן און מכיר טוב זיין פאר די אלע וואס האבן א חלק דערין, דאנקען דעם אייבערשטן, דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס געט זיך אוועק אזויפיל כחות דערפאר, נאר צו דערפרייען נאך א איד און אים ברענגען צום אייבערשטן.
 
אזוי אויך פאר די געטרייע תלמידים פון ראש ישיבה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, הר"ר אברמי אייזנער שליט"א וואס געבן אוועק יעדן טאג שעות אריכות צו טייפן און מגיה זיין די בריוו עס זאל ריין פון טעותים און לייגן עס דערנאך ארויף אויפן וועבסייט.
 
בפרט קומט זיך א דאנק פארן כהן שדעתו יפה הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א וואס די גאנצע געדאנק פון די שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה איז געקומען פון אים, ווען ער האט געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל אננעמען שאלות פונעם וועבסייט, צו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מסכים געווען, זעענדיג די גרויסע תעולת דערפון.
 
מען קען שיקן שאלות צום ראש ישיבה דורכ'ן וועבסייט ביי די שאלות אפטיילונג און דרוקן אויף "פרעג א שאלה".
 
דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן כח ממשיך צו זיין מיט די עבודת הקודש, און אונז קענען באלייכטן מיט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין, און מיט דעם וועלן מיר קענען זיין אמת'ע ערליכע אידן.