ברסלב סענטער צייכענט אפ דאס דערגרייכן 3,000-סטע בריוו, און 1,500-סטע שו"ת בריוו פון ראש ישיבה שליט"א
כד טבת תשפ"ב 📝
מיט גרויס שמחה טוט די מערכת פון "ברסלב סענטער" אפצייכענען דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 3,000 אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג, און שאלות ותשובות נומער 1,500 אויף אונזער "פראגעס" אפטיילונג.
דאס איז אויסער די בערך 1,000 בריוו ארויפגעלייגט אויף די "מכתב יומי" אפטיילונג.
די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר.
דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאונלאודן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org.
אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויפן שוין היינט בארימטן הערליכן וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך.
אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון עטליכע צענדליגע קאפיעס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע צענדליגע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש.
לדעת את המעשה אשר יעשון
🎞️ וועכענטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" צום טיר אויף די פאסט
📖 ספרי עצתו אמונה