באמת איז יעדע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אן אומאפשאצבארע אוצר, און וואלט פארדינט א באזונדערע נייעס אויפן וועבסייט, און ווען מיר וואלטן אזוי געטון וואלטן היינט געווען די העדליינס פון ברסלב סענטער "ראש ישיבה ראטעוועט אידישע שטוב פון ווערן צובראכן", "מען זוכט א פרישע בנין פאר די מוסדות", "דער ראש ישיבה גיבט עצה וויאזוי צו בעטן צדקה", "דער ראש ישיבה זאגט מכבד זיין שווער איז מסוגל צו ערליכע דורות", און אזוי ווייטער, און דארנאך וואלט געקומען א שיינע אפהאנדלונג איבער דעם שיינע מתנות וואס מיר קענען ארויסנעמען פון יעדע בריוו באזונדער. אזוי וואלט געדארפט זיין, אבער אפילו מיר קענען דאס נישט באווייזן, דארפן מיר זיך כאטש אפשטעלן פאר א מינוט, לכל הפחות ווען מען צייכענט אפ א "רינדעכיגע נומער".
 
מיט עטליכע טעג צוריק האבן די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אריבערגעשפרייזט דעם אומגלויבליכן ציפער פון "פינף טויזנט". דאס איז אויסער די איבער אכצן הונדערט אנדערע בריוו פון די שאלות ותשובות, און די הונדערטער מכתב יומי בריוו. די בריוו רעדן פון יעדן נושא וואס איר קענט נאר טראכטן, און וואס וועט איך אפילו נישט בייפאלן, שווערע טויזנטער אידן אין אלע סארטן מצבים שרייבן פאר ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און בלבולים, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א איז דער אדרעס ווי מען קען פרעגן אן דעם וואס מען וועט אים פארשעמען, מען זעט דער ראש ישיבה שליט"א ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו יעדעמ'ס מח, צו יעדעמ'ס צומישעניש און קלארט אויס די שאלות מיט א געוואלדיגע קלארקייט, אלעס על פי דרך התורה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
 
אין די בריוו לייגט ער אריין האפענונג אין אידישע קינדער, און דערמאנט זיי ווי גרויס די רחמנות פון אויבערשטן איז, זאל זיין ווער זאל זיין, און נישט קיין חילוק וויפיל מען איז שוין דורכגעפאלן אין לעבן ברוחניות צי בגשמיות קען מען זיך נאך אלץ אויפהייבן און אנהייבן פון פריש, און דער אויבערשטער איז אלץ גרייט און ווארט פאר דיר, ער בענקט זיך נאך דיר, ער וויל זאלסט עפענען דיין מויל און אים זאגן אפילו נאר איין ווארט "טאטע".
 
דער ראש ישיבה געבט א וועג פאר אלעמען צו לערנען, סיי פארן למדן, סיי פארן כולל אינגערמאן, און סיי פארן ארבעטער, פאר'ן בחור אין ישיבה, פאר'ן חסיד, פארן ליטווישער, סיי פארן אונגארישער, פאר'ן פולישער, פארן ספרדישן איד און פארן תימנער איד. די תורה איז פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען צובראכן, זיי מיינען אז די תורה איז נישט פאר זיי, אבער דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט כסדר מיט אין די שיחה פון הייליגן רבין אין סימן ע"ו אז זאגן תורה איז לערנען. און אויף דעם וועג האבן שוין טויזנטער אידן זיך צוריק געקערט צו די תורה, און צום אויבערשטן.
 
די זעלבע זאך טרעפט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, עצות פאר טאטעס און מחנכים, לייגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, דערמאנט איז די חשיבות פון די אזוי גערופענע "פשוטע" מצוות ווי שבת תפילין בארד און פיאות, און אזוי ווייטער, וואס איז אוממעגליך אין איין קורצע נייעס אפילו נאר אנצורירן די נושאים אפילו נאר אויפן שפיץ גאפל.
 
דערפאר איז דא די פלאץ צו מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף זיין גרויסע חסד אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אונז און געבט אונז לופט צום אטעמען.
 
אשרינו מה טוב חלקינו