ברסלב סענטער שאפ "גיפט רעפינג" בחנם
כג סיון תשפ"ב 📝
אין א פרישע סערוויס פונעם גרויס ברסלב סענטער אנליין געשעפט, האט מען צוגעלייגט אן אפציע צו קענען קויפן ספרים און קונטרסים פונעם וועבסייט, וואס מען וויל שיקן אלץ א מתנה צו סיי וועלכע געלגענהייט, צו א בר מצוה פון א קרוב, וכודומה, אז מען קען צולייגן אן אפציע מען זאל שיין "רעפּן" דעם ספר, אזוי אויך קען מען באשטעלן מען זאל צושרייבן א וואונטש קארטל וואס וועט בעז"ה ווערן צוגעלייגט צום ספר, דאס אלעס פאר גענצליך בחנם, עס וועט נישט קאסטן קיין צענט דער סערוויס.
נאכדעם וואס איר האט אויסגעוועלט אלע אייערער אייטעם וואס איר דארף וועט איר טרעפן דער רעפניג סערוויס אינעם "קאַרט", ווי איר דארף טשעקן דעם קעסטל "For $0.00 please wrap the products in this order." מיט וואס איר וועט צולייגן דעם "גיפט רעפּינג סערוויס".
דער ברסלב סענטער שאַפּ שיקן ארויס פילע ארדערס יעדן טאג צו די פילע צופרידענע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט. און פאר ארדערס העכער פינף און דרייסיג דאלער, באקומען מען דעליווערי בחנם איבער גאנץ אמעריקע.
אין די זעלבע צייט גייט דער קרן הדפסה אן מיט א שטארקייט מיטן דרוקן אינעם נייעם בנין, מען פארשפרייט כסדר צענדליגע טויזנטער נייע ספרים קונטרסים גליונות סידיס און קארטלעך, די פילע טייערע מפיצים קומען כסדר אריבער צו איבערפילן זייערע באגאזשן מיט די פילע סחורה וואס דער בית הדפוס פראדוצירט יעדן טאג, מיט וואס מען איז מחיה און מהנה אומצאליגע אידן איבער די וועלט.
מענטשן גייען דורך אויף דעם עולם שבעה מדורי גהנום ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, טייל מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז ער האט שוין נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער, ער זעט נישט קיין שום שאנס פון האפענעונג. אבער פלוצליג שיקט דער אייבישטער צו זיין גוטער שליח אין פארעם פון א "ברסלבע מפיץ" וואס קלאפט אויפן טיר, דער מפיץ איז דארט מיט א גאנצע אויסוואל פון קונטרסים: "ס'איז גוט", "א רבי וואס קען מיך העלפן", "אידישקייט איז שיין", "איינער פארשטייט מיך", "געב נישט אויף", "גלייב אין דיר", "דו ביסט נישט פארלוירן", "די וועג ארויס", "דו האסט אויך אן עצה", "דער באשעפער דארף דיך יא", "דיין שידוך וועט אנקומען", "זיך גט'ן איז נישט דער עצה", "עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן", "רעד צום באשעפער", און אזוי ווייטער, ווי מענשטן זאגן, בלויז פון קוקן אויף די קעפלעך פון די קונטרסים שפירט זיך שוין ווי א גלעזל קאלט וואסער אינעם הייסן זון. ווער רעדט נאך ווען מען קויפט פאקטיש א קונטרס'ל פונעם מפיץ און מען לערנט דאס דורך, איז דאס שוין ממש ביטול הבחירה, מענטשן לעבן אויף תחיית המתים, מען וועקט זיך אויף פונעם חלשות, און מען קומט צוריק צום אייבערשטן.
אין די צייט ווילן מיר דערמאנען צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות וואס גייט יעצט אן מיטן פולסטן פארע, ב"ה אז דער קאמפיין האט א שטארקע הצלחה, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב און נעמט א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה. אין דעם זכות וועט דער אייבישטער אייך געבן פון אלעם גוטן!