עס גלייבט זיך שווער אז עס שוין דורך א גאנצע יאר זינט דער דערעפענוג פונעם געשעפט דא אויף "ברסלב סענטער" וועבסייט, ווען אין די קורצע צייט האט זיך דער געשעפט פונעם וועבסייט איינגעשאפן א גאר גוטן נאמען ביי די פילע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע באשטעלן די ספרים און באקומען עס דעליווערט צום טיר שנעל און פונקטליך.
 
אין די צייט זענען שוין ארויסגעפארן שווערע טויזנטער ארדערס צו קאסטומערס, און מען הערט צוריק ברוך השם גאר גוטע גריסן. אבער די ארבעט שטעלט זיך נישט אפ דא, די שטאב פונעם ברסלב סענטער וועבסייט ארבעט אויף נאך פארשידענע גאר גרויסע פראיעקטן, דאס איז אויסער דאס אויפהאלטן און כסדר פארבעסערן דעם וועבסייט כסדר בסייעתא דשמיא.
 
יעצט ווען מען צייכענט אפ א יאר, איז אינטערעסאנט צו ארויסשטעלן די קאלירפולע ליסטע פון די פאפולערסטע אייטעמס, וואס איז געגאנגען די בעסטע במשך די לעצטע צוועלף חדשים צייט:
 
1 - קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה
2 - פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן"
3 - לוח ברסלב תשפ"ב
4 - ריפלעקטאר קמיע
5 - קונטרס A Simple Faith
6 - קונטרס התשטחות על קברי צדיקים
7 - עצתו אמונה חלק ה'
8 - הגדה של פסח אור זרוע
9 - קונטרס יש תקוה
10 - סדר הדלקת נר חנוכה
 
די פראיעקט פון אויפהאלט און פארבעסערן דעם אלגעמיינעם וועבסייט און דער געשעפט אפטיילונג ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין און אפקויפן א טאג, וואך אדער חודש, און עס וועט מפורסם ווערן אויפן וועבסייט דער נאמען פונעם נדבן.
 
צו קויפן דעם זכות פון א פרנס היום, פרנס השבוע, אדער פרנס החודש דרוקט דא