ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל באלייכט דער שטאט
ט אלול תשפ"ד 📝
דער ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל איז א הפצה געשעפט וואס איז נישטא איר'ס גלייכן. דער געשעפט איז אויסגעשטאט מיט הונדערטער ספרים און קונטרסים אנגהויבן פון ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי נתן, און בעיקר פון די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ספרים וואס מען קען אין ערגעץ נישט באקומען. און דאס אלעס פאר גאר גאר ביליגער פרייזן, ממש קאסט פרייז. רוב ספרים זענען געפרייזט פאר בערך 3 ביז 5 דאלער.
ממש יעצט איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון ספרים וואס מען האט באשטעלט פון ארץ ישראל, עס איז דא דארט א ריזיגע אויסוואל, צום ביישפיל עס איז דא די ספרי אשר בנחל פון חלק א' ביז קכ"ד, גאנצע סעטס פון שו"ת ברסלב, גאנצע סעטס פון "אוצר קוטרסים", פילע ספרים אויף ראש השנה, און אנדערע ימים טובים, ספרי ברית שלום, אוצר הקדושה, אוצר שלום בית, ארך אפים, אלעס הערליכע נייע דרוק מיט הארטע דעקלעך.
מען קען אויך דארט קויפן די ספרים וואס אנשי שלומינו וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וועלן זיך מחי' זיין, צום ביישפיל די "אוצר היומי" די פופצן שיעורים (חומש, תנ"ך, משניות, ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הק', תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און ליקוטי הלכות) וואס מוהרא"ש האט אהערגעשטעלט, געדרוקט מסודר עס צו ענדיגן צוזאמען מיט ש"ס.
אנשי שלומינו וועלכע זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג מעודד זיין, וועלן זיך מחי' זיין מיט די נייע משניות וואס איז יעצט דא צו באקומען. דאס איז א סעט פון 29 קליינע בענדער, וואס יעדעס איינע פארמאגט די ח"י פרקים פאר איין טאג אין חודש, און איז גענוג קליין אריינצוגיין אין טאש, וואס דערמיט וועט מען שטארק פארגרינגערן דאס ענדיגן די פרקים משניות טעגליך.
דער געשעפט געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, אין חצר פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף 8 העיס קאורט, און איז אפן טעגליך צווישן 2:00 און 4:00 נאכמיטאג, פאר אנדערע שעות קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פון בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 845-662-4888.
עס איז ממש א נחת אריינצוקומען אינעם געשעפט ווען מען זעט די ריזיגע אויסוואל פון ספרים אזוי שיין מסודר, די ספרים גייען אויס זייער שנעל, דערפאר איז כדי אריינצוכאפן יעצט ווען דער אויסוואל איז נאך גרויס.
מיט'ן לערענען און פאלגן וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.