אנשי שלומינו דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט'ן געלונגענעם וועבסייט "ברסלב עני טיים", וואס עס איז געלונגען פאר מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס סייעתא דשמיא צוזאם צושטעלן, ווי מען קען מיטהאלטן כסדר די פילע שיעורים, מסיבות און מוזיק ווידיאס פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויף א געוואלדיגע באקוועמע און געשמאקע אופן.
 
דער גאנצע וועבסייט איז געמאכט געווארן מיט "ענד יוסער" אין מיינד, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלעס זאל זיין פשוט און גרינג צו טרעפן און נוצן. אויב לייגט מען צו אן אויג קען מען זען וויפיל הארץ מען האט צוגעלייגט צו יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון די אויסשטעל, און געענדיגט מיט די פיטשערס.
 
גלייך ווען מען קומט אריין אינעם וועבסייט קען מען זען עטליכע שיעורים וואס מען האט לעצטענס צוגעלייגט מיט א בילד פון יענעם שיעור, אונטער דעם קען מען זען יעדע שיעור האט עטליכע טעגס, וואס אויב מען דורקט דערויף קען מען זען אלע שיעורים מיט יענעם טעג, אויך קען מען זען וויפיל מענטשן האבן שוין געזען דעם שיעור, ווען דער שיעור איז ארויף געגאנגען, און וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שיעור.
 
דערנאך איז דא א קנעפל "קאטאגאריעס" ווי עס זענען דא שיעורים איבער פילע נושאים, ווי מוזיק אלבומס, חיזוק יומי, חינוך, א גוט ווארט אויף די פרשה, טעגליכע שיעורים, וועכענטליכע שיעורים, סיומים, קינדער אפטיילונג, שיעורי תורה, שיעורים פאר פרויען, מוזיק ווידיאס, סיפורי מעשיות, מאורעות, שבת קודש, פאדקעסט, און גראמען. ביי יעדע איינס קען מען זען וויפיל שיעורים עס זענען דא אין יענע קאטאגאריע, אבער עס גייט נאך מער, ביי פילע קאטאגריעס ביי וועלכע עס איז דא גאר אסאך שיעורים, וועט דאן ארויפקומען די פילע סאב קאטאגאריעס, ווי צום ביישפיל ווען מען דרוקט טעגליכע שיעורים וועט ארויפקומען אלע פרשיות פון די תורה, און אויך דארט וועט מען קענען זען וויפיל שיעורים עס איז דא אין יעדע באזונדער.
 
בכלל איז עס א יחיד במינו אין קאסטימייזעישאן אז יעדער זאל קענען צופאסן די וועבסייט צו זיי פערזענליך, מען קען סעיווען שיעורים צו א ליסטע מען זאל קענען צוריק קומען שפעטער עס צו זען, מען קען צוריק גיין און זען די שיעורים וואס מען האט געהערט, און אויסער דעם איז דא פילע פלעי אפציעס ווי שנעל און די קוואליטעט פונעם שיעור און אזוי ווייטער, יעדע שיעור איז עוועיליבל צו זען אויף ווידיא מאוד, אדער הערן אויף אוידיא מאוד, די זעלבע זאך קען מען דאונלאודן און שעירן יעדע שיעור אויף אוידיא אדער ווידיא.
 
די עסקנים לייגן אריין גאר אסאך כח צייט און געלט סיי צו מאכן די וועבסייט בעסער און בעסער, הערן גריסן פון די באנוצער און לויט דעם צולייגן פיטשערס און פאררעכטן באגס, און בעיקר אויף ארויפצולאודן וואס מער שיעורים. אין די טעג איז מען אנגעקומען צו א געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מען האט געהיט דעם אומגלויבליכן נומער פון "צוויי טויזענט שיעורים" וואס עס איז שוין דא צו הערן.
 
דער וועבסייט ציט אידן פון איבער די גאנצע וועלט, אין יעדע קאנטינענט און לאנד ווי אידן געפינען זיך, סיי ווען איבערן טאג "עני טיים" קומט מען ארויף און מען טרונקט זיך אן מיטן יין המשומר וואס משיח וועט געבן צו טרונקען, מען הערט די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א, און מען באקומען אקסידזשען ווייטער אנצוגיין.
 
עס איז דא א גאר גרויסע פארלאנג מען זאל צולייגן א נייע סעריע פון ווידיאס "שארטס", דאס קאסט אסאך ארבעט און געלט. און ווער עס וויל האבן א חלק דערין און מנדב זיין די הוצאות דערפון קען זיך ווענדן צו מוה"ר אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892.