ברסלב עני טיים וועבסייט גענצליך איבערגעפרישט
יא תשרי תשפ"ד 📝
אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט די ערשטע יאר זינט דער "ברסלב עני טיים" וועבסייט האט זיך געעפענט, און די שטאב פונעם וועבסייט טוען עס פייערן מיט א פתיחת שערים פון די נייע איבערגעמאכטע וועבסייט.
אין די אלע חדשים זינט דער וועבזייטל איז אפן האט מען כסדר צוריק געהערט גריסן פון די באנוצער איבער די גאר געשמאקע עקספריענס וואס מען האט אין דעם וועבסייט, אויך האט מען אויפגעכאפט פארשידנע באגס וואס האבן זיך אריינגעכאפט וואס מען דארף מתקן זיין, איבערהויפט האט מען זיך צוריק געהערט פילע הערות און געדאנקען וואס מען קען צולייגן און טוישן צו מאכן דעם וועבסייט באקוועמער און געשמאקער.
יעצט ווען דער פרישע וועבסייט עפענט זיך אויף קען מען זאגן אז מען האט פארראכטן עטליכע הונדערט באגס, און געמאכט איבער הונדערט נייע פארבעסערונגען און פיטשערס.
אויסער דאס הערליך רידיזיינען דעם גאנצן וועבסייט איז איינער פון די שטארקסטע זאכן אויף וואס מען האט אריינגעלייגט כחות איז "יוזער אינטערפיעס", דאס מיינט אז דער סייט זאל זיך צופאסן צום אינדיווידואלער באנוצער און אים געבן די מעגליכקייט אויסצושטעלן און אפהיטן דעם סייט אז ער זאל עס טרעפן יעדעס מאל ער קומט צוריק אויף די וועג וואס ער גלייכט עס.
אין דעם ליגט אריינגערעכטן פילע דעטאלן, צווישן זיי קענען מאכן אייגענע קאלעקשאנס, פלעי ליסטעס, קאטאגאריעס, סעיווען אויסדערוועלטע שיעורים, זען ביי יעדע שיעור וואו מען האלט אינמיטן ווען מען קומט צוריק, צוריק קוקן ("היסטאריע") און זען וועלכע שיעורים מען האט געזען אין די פארגאנגעהייט, און נאך אסאך.
אויך איז שוין ארויפגעלאודט געווארן במשך דעם יאר איבער צוויי טויזענט שיעורים שיעורים פון ראש ישיבה, און דער וועבסייט לויפט אויף דריי שפראכן, אידיש, ענגליש און לשון הקודש, וואס און אויסער דעם קען מען אויסוועלן וועלכע פון די שפראכן שיעורים עס זאל ארויפקומען אויפן סקרין, אפגעזען פון די שפראך וואס דער וועבסייט לויפט יצעט.
די קאטאגריעס זענען הערליך מסודר, און אזוי אויך באקומט יעדע שיעור עטליכע #העשטעגס וואס ווען מען דרוקט אויפן העשטעג קומט ארויף אלע שיעורים וואס פארמאגן דעם זעלבן העשטעג.
אויך פאר די מאביל באנוצער האט מען אסאך פארבעסערט, דער גאנצער סייט איז געווארן אסאך מער מאביל פרענדלי.
באזונדער האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות אין די סוירטש ענדזשין אז עס זאל זיין פארגעשריטן, גרינג און געשמאק, אז עס זאל "פארשטיין" וואס מען זוכט, און ארויסגעבן די בעסטע רעזולטאטן שיין און מסודר.
שמעו ותחי נפשכם