ברסלב עני-טיים ווערט פריש איבערגעמאכט
כח כסלו תשפ"ג 📝
עס קומט אריין גוטע נייעס אז דער ברסלב עני טיים וועבסייט - דער שוין גוט באקאנטער וועבסייט וואס פארמאגט אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, גייט פולקאם איבערגעבויעט און רידעזיינט ווערן.
ברסלב עני טיים האט טויזנטער באנוצער וואס קומען כסדר ארויף און האלטן מיט יעדן שיעור, עס האט באזוכער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט. לעת עתה איז דער וועבסייט שוין עוועיליבל אין אידיש, ענגליש און לשון הקודש.
ווי איינער פון די עסקנים פונעם וועבסייט מו"ה אהרן פיש הי"ו געט אונז איבער איז אינוועסטירט געווארן איבער צען אלפים צו איבערמאכן דעם וועבסייט עס צו מאכן נאך בעסער און שענער פאר אלע באנוצער. דער נייער וועבסייט וועט אויך זיין מער "מאביל פרענדלי", און דער שפאנישער שפראך וועט ווערן צוגעלייגט.
לויט די פידבעק וואס זענען אריינגעקומען פון די באנוצער איז דא א ליסטע פון צענדליגע גוטע הוספות און פארבעסערונגען, וואס זענען שוין אינעם פראסעס צו אימפלימענטירט ווערן. ווי מ'וועט זיך בעזרת השם איבערצייגן אין די קומענדיגע וואכן און חדשים.
אויפן וועבסייט קען מען טרעפן הונדערטער שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט וואס אלע זענען זיך מחיה יעדן טאג, עס אנטהאלט די טעגליכע שיעורים, די וועכענטליכע שיעוים, די חיזוק יומי שיעורים, די מוזיק ווידיאס און נאך אסאך. ברסלב-עני-טיים דאט קאם פארמאגט א גאר פארגעשניטענע סיורטש ענדזשין מען זאל גרינג און שנעל קענען טרעפן דעם שיעור וואס מען זוכט, לויטן טאג אדער נושא וואס מען זוכט. מען קען אויך דאונאודן די שיעורים וואס ווערט דאונלאודעד אויף זייער א שנענלע ספיד. אזוי אויך קען מען גרינג זען אויף יעדן שיעור צו מען האט עס שוין געזען, אויב האט עס נעבן דעם קעפל א רויטן סימן, איז עס א שיעור וואס מען האט נאך נישט געקוקט, נאכן זען א שיעור, וועט זיך דער סימן טוישן צו גרין. אזוי אויך קען מען איבערלאזן קאמענטארן אויף יעדן שיעור.