אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו ארום די וועלט צום יערליכן קאמפיין צו העלפן און שטיצן דעם ראש ישיבה צו בויען די קהלה, די מוסדות, די שטעטל, די חסד פראיעקטן און אלעס ארום, וואס אלעס האט איין ציל, צו פארשטערקערן אונזער קשר צום אויבערשטן. און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען אינאיינעם אויפטרייבן א מיליאן דאלער.
 
היינט דאנעשטאג נאכט וועט פארקומען א ספעציעלר שיינע "מסיבת החתלת הקאמפיין" אינעם בית המדרש הגדול "היכל דוד" אין שטעטל אויף האשקי רד. - א מסיבה צו וואס אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאדענט. ביים מסיבה וועט סערווירט ווערן א גאר רייכע געשמאקע מאלצייט.
 
ביים היינטיגן מסיבה וועלן זיך די טירן עפענען אום 8:30, און אום 9:00 וועט מען הערן א גאר אינטערעסאנטע היסטארישע פאנעל" בנושא "וויאזוי די סוקסעס האט זיך אנגעהויבן" ווי גאר אינטערסאנטע פאקטן וועלן אויפגעדעקט ווערן צום ערשטן מאל. 
 
דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט זיין אום 9:30, ווי מען וועט הערן דברי התחזקות און עצות צום לעבן, און דערמיט וועט זיך אפיציעל אנהייבן דער קאמפיין פון תשפ"ה, וואס טראגט דער נאמען "אינוועסט".
 
אלץ א הכרת הטוב פאר אנשי שלומינו וואס האבן אויפגערטריבן גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר, וועט דער ראש ישיבה שליט"א פערזענליך פארטיילן מתנות, קומענדיגע וואך זונטאג פרשת עקב אין שטעטל.
 
א קלוגער מענטש טראכט פאראויס, מען ארבעט יעצט שווער, אבער עס צאלט זיך אויס די ארבעט אין גרויסן, ווען שפעטער שניידט מען די זיסע פירות פון די פריערדיגע האראוואניע.
 
ווען איינער וואלט געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, וויאזוי די הייליגע קהלה וועט אויסזען היינט צו טאגס וואלט מען אים אנגעקוקט ווי אראפגעקומען פון די לבנה. "ווילסט מיר זאגן אז דער ראש ישיבה וועט האבן אן אייגענעם בנין אין אומאן? דו חלומס'ט אז ברסלב קען בויען א שטעטל פון אפילו צוואציג איינוואוינער?" ברוך השם אז דאס און נאך אסאך מער איז היינט צו טאג די רעאליטעט. דאס אלעס איז די פירות און סייעתא דשמיא וואס דער ראש ישיבה מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געפלאגט פאר אונז אין די פריערדיגע יארן.
 
ווער געדענקט נישט די מעשה וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט פארציילן ווי ער האט געזאגט פאר א ברלסב'ע חסיד אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק אז "דא וועלן נאך פארן חדר באסעס מיט'ן אויפשריפט ברלסב" און דער האט געענטפערט פאר מוהרא"ש זי"ע "איר חלומ'ט בהקיץ". ב"ה היינט צו טאגס איז ברסלב נישט נאר אין וויליאמסבורג, מוהרא"ש'ס חלום איז קאי וקיים. מוהרא"ש מיט זיינע תלמידים די מפיצים האבן אינוועסטירט יארן לאנג, זיי האבן געאקערט און געגעסן זאמד, אבער ב"ה די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט "נצחתי ואנצח, גמרתי ואגמור".
 
יעצט דארף מיר זיך פריש אנגארטלען די כחות, און מיט סייעתא דשמיא ווייטער אינוועסטירן אין די הייליגע מוסדות פון ראש ישיבה שליט"א, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן מיר בקרוב זען ווי די ביזנעס בליעט און וואקסט נאך שענער און נאך בעסער.
 
דער קאמפיין וועט לויפן פון קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת עקב, און וועט זיך ענדיגן דאנערשטאג נאכט אין א הערליכע מעמד אין הורליוויל ארט סענטער.
 
קאפיין דאטום: י"ח - כ' אב תשפ"ה
ציל: $1,000,000
שליסט אייך אן אויף https://www.charidy.com/breslev