קרית ברסלב - דער פרישער אינגער שטעטל האט לעצטענס איינגעקויפט א פרישע שאטל באס כדי מען זאל קענען בעסער סערווירן די איינוואויער נאכדעם וואס דער ערשטער באס איינגעקויפט קויפ א יאר צוריק האט נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך פונעם וואקסענדער ציבור בלי עין הרע.
 
דער באס ווערט גענוצט דורך אלע איינווואוינער אנצוקומען צו פילע דעסטינאציעס, בפרט ווערט עס גענוצט דורך די נשים צדקניות וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין קארס, און אזוי אויך אויב עס מאכט זיך אז א קינד דארף גיין אין חדר שפעטער קומט עס זייער צוניץ. דער באס לויפט אויף א באשטימטע רוט און מאכט פילע סטאפס ביי אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס, צום חדר, סקול, געשעפטן, שאפינג סעטנערס, און דאקטוירים.
 
דאס קומט צוליב דעם וואוקס פונעם ציבור וואס וואקסט כסדר בלי עין הרע, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע פאמיליעס, און די ערשטע באס האט שוין נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך.
 
דער פרישער באס ווערט געזען ווי א געוואלדיגע פאזיטיווער אנטוויקלונג, וואס וועט אסאך ארויסהעלפן דעם חשובן ציבור וואס איז ארויסגעקומען וואוינען אינעם שיינעם שטעטל ווי מען לעבט מיטן אייבערשטן, און אלע נוצן אויס דעם אייבערשטנ'ס נאטור ארויסצוגיין כסדר כאפן א שפאציר צווישן די גראז און ביימער צו רעדן צום אייבערשטן.