ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך גייט שוין דער מצה בעקעריי ברוך השם אן און שטעלט צו מצות פאר אנשי שלומינו, דער מצה בעקעריי ווערט געפירט לויט די פערזעליכע הדרכה פונעם ראש ישיבה וואס גייט כסדר דורך אלע פרטים פונעם בעקערי מיטן מענעדזשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געשטעלט דעם דיין הגאון רבי יונה זינגער שליט"א, וואס קומט כסדר אראפ און האלט אן עינא פקיחא אויף אלצדינג. דער דיין האט זיך אויסגעדרוקט "עס נישטא נאך אזעלעכע מהודר'דיגע מצות ווי דאס".
 
דער ראש ישיבה האט איינגעפירט אז בשעת'ן באקן די מצות זאל שפילן אין די בעקעריי די גאנצע צייט ניגונים פון אמונה, ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, ניגונים פון תפלה, און אזוי טאקע באקט מען די הייליגע מצות, ווען דער קנעטער בעט דעם אייבערשטן בשעת'ן קנעטן אז עס זאל זיך גוט אויסקנעטן, און אז די מצות זאלן ארויסקומען בתכלית הכשרות, און עס זאל אריינגעבן אמונה אין די וואס עסן עס, אזוי אויך טוען די וועלגערער, די רעדלער, דער שיבער, און די פאקערס.
 
אינעם ברסלבן מצה בעקעריי הערשט א געוואלדיגע סדר, און הידור, אבער אויסער דעם שפירט מען אין די בעקעריי די גאנצע צייט א פרייליכע געשמאקע אטמאספערע, עס פילט זיך א שמחה של מצוה, מען איז גליקליך צו קענען צושטעלן און באקן פאר אידישע קינדער די הייליגע מצות מצוה. די גאנצע ארבעט אינעם ברסלבן מצה בעקעריי איז איין שטיק אמונה, תפלה און שמחה של מצוה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אזוי איז עס טאקע "מיכלא דמהימנותא" א מאכל פון אמונה.
 
דערפאר שפירן אנשי שלומינו א זכיה צו קענען איינקויפן פון די ברסלב'ע מצות וואס איז אין כדוגמתה בכל העולם, מצות פון אמונה, מצות פון שמחה, מצות פון תפלה. אנשי שלומינו האבן זיך שטארק צוגעכאפט, און עס איז שוין נישטא קיין סאך מצות צו באקומען, דער וואס וויל נאך באשטעלן פון די היילגע מצות דארפן שוין רופן מו"ה ישראל שלום זעלקאוויטש הי"ו אויף 347-661-2579, צו מאכן זיכער אז מען קען נאך אננעמען דעם ארדער.