מיט גרויס פרייד טוען אנשי שלומינו אויפנעמען די גוטע בשורה, אז נאך חדשים ארבעט פון פלאנירונג און בויען האט זיך די מוהדר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ברוך השם געעפענט היינט זונטאג תזריע בשעה טובה ומצלחת.
 
דער בעקעריי טראגט ברוך השם די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס מאכט זיכער בעזרת השם יתברך אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס.
 
די הנהלה האט אויפגענומען א פולע שטאב פון טויגליכע היימישע ארבייטער יראי השם, אסאך פון זיי מיט פילע יארן עקספיריענס, מען האט זיך דורכגערעדט מיט וועטעראן אנפירער פון היימישע בעקערייען אין ניו יארק, וויאזוי אויסצושטעלן דעם בעקעריי אויפן בעסטן פארנעם, און געלויבט דעם אייבערשטן, אז די מצות קומען ארויס העכסט געלונגען, פיינע געשמאקע מהודרדיגע מצות.
 
צוליב די קורצע צייט ביז יום טוב, איז שטארק באגרעניצט וויפיל מצות מען וועט קענען אניאגן צו באקן, דערפאר אויב ווילט איר באשטעלן פון די מהודרדיגע ברסלבע מצות דארפט איר רופן ווי אמשנעלסטן מו"ה ישראל שלום זעלקאוויטש הי"ו אויף 347-661-2579, און מאכט זיכער אז מען קען נאך אננעמען אייער ארדער. 
 
עס זענען נאך דא עטליכע פאזיציעס וואס זענען נאך אוועיליבל אינעם בעקעריי, דער וואס וויל זיך איינשרייבן צו ארבעטן אין די בעקעריי זאלן זיך ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וואס איז געשטעלט געווארן דערויף מטעם דעם בית האופה.
 
אין א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן ערבי פסחים תשפ"א, זעט מען ווי דער ראש ישיבה שליט"א קוקט ארויס צו האבן אויף דאס יאר דעם ברסלבער מצה בעקעריי:
 
בעזרת ה' יתברך
 
יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
 
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי
 
געב איבער פאר אלע בודקים פונעם עירוב אז איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די עירובי חצירות, זיכוי פת פאר’ן עירוב אין שטעטל – ערב שבת הגדול, ערב פסח אינדערפרי, גלייך נאך שחרית ביי מיר אין שטוב; איך וויל אז אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן.
 
איך האב גרויס הכרת הטוב פאר אייך אלע פאר אייער איבערגעגעבנקייט וואס איר געבט זיך אוועק יעדע וואך בודק זיין דעם עירוב ארום דעם שטעטל.
 
זעט צו זיין פונקטליך ווייל איך פאר אריין אין שטאט באקן ערב פסח מצות.
 
מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף וועלן מיר קומענדיגע יאר זיין אין ארץ ישראל, און אויב נישט וועלן מיר האבן א מצה בעקעריי אין שטעטל.
 
דאס איז נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, און עס וועט זיך נישט אפשטעלן דא, נאר מען וועט ווייטער ארבעטן אהערצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. ובעזרת השם נעשה ונצליח.
 
ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים