קרית ברסלב - אין די נאנטע טעג וועט זיך אם ירצה השם עפענען די באקאנטע ברסלב'ע מצה בעקעריי אין שטעטל, וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט איר גוטע נאמען אלץ די געשמאקסטע ווי אויך מהודר'דיגע מצות, און ועל כולם האט דאס די מעלה אז אלע ארבעטערס זענען ברסלב'ע חסידים וואס בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין כשר און געשמאק פאר די וואס וועלן פון דעם עסן אין יום טוב פסח.
 
דאס יאר קומט צו נאך א געוואלדיגע מעלה, אז מען וועט באקן ספעלט מצה, פאר די אלע וואס קענען נאר עסן די סארט מצה.
 
עס איז נאך דא געציילטע ליידיגע פאזיציעס צו ארבעטן אינעם בעקעריי, זיך אייצושרייבן קען מען זיך מעלדן צום מענעדשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו.
 
די מצה בעקעריי איז אינטער די שטרענג השגחה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א וואס מאכט זיכער אז אלעס זאל זיך פירן מיט אלע חומרות והידורים ווי עס דארף צו זיין.
 
מיט'ן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס יאר זיין נאך בעסער ווי פאריאר, נאכדעם וואס מען האט אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט אסאך כחות עס צו מער אהערגעשטעלן מיט אלע באקוועמליכקייטן און הידורים וואס פעלט זיך נאר אויס.