די מצה בעקעריי אין שטעטל גרייט זיך צו עפענען בעזרת השם צום צווייטן יאר, נאכדעם וואס די ערשטע יאר איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס, מען האט צוריקגעהערט גאר גוטע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם געוואלדיגן געשמאקן טעם וואס די מצות האבן געהאט, אזוי אויך האבן אנשי שלומינו הנאה געהאט אז די מצה בעקעריי האט די שטרענגע השגחה פונעם דיין שליט”א דקהילתינו, וואס גיבט זיך אפ מיט יעדן דעטאל אינעם בעקעריי עס זאל זיין מיט די גרעסטע הידורים און חומרות ווי עס דארף צו זיין.
 
אזוי אויך האבן אנשי שלומינו זייער ארויפגעקוקט דעם פאקט אז די ארבעטערס אינעם בעקעריי זענען אידן וואס רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין גוט סיי בכשרות און סיי אין טעם. יעצט האלט מען אינמיטן צאמשטעלן דעם גאנצן סטעף ווער עס גייט פאר וועלכע פאזיציע, אזוי אויך קויפט מען יעצט איין אלעס וואס פעלט זיך אויס פארן בעקעריי.
 
דאס יאר קומט צו גאר א געוואלדיגע חומרה אינעם בעקעריי, מען אינסטאלירט א ספעציעלע פארמאכטע צימער ווי די מעהל און די מצות וועלן דארט ליגן אויף אן אפגעהיטענעם וועג. דאס יאר האט מען אהערגעשטעלט ספעציעלע גוטע סייז מצה באקס פאר די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו.
 
דער עיקר דארף מען געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל ארויסקומען מיט די גרעסטע הידורים און עס זאל זיין גאר גוט אין טעם לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח וואס קומט שוין אט אט.