ברסלבע מצה בעקעריי שוין געעפענט פארן היי יעריגן סעזאן
כה שבט תשפ"ג 📝
די ברסלב'ע מצה בעקעריי שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פונעם דיין שליט"א וואס האלט אן עינא פקיחא אויף די ארבעט, און אלעס ווערט געטון לויט די הוראות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער אז אלעס ווערט געטון ווי די מסורה פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האבן איינגעפירט וויאזוי א מצה בעקעריי דארף זיך פירן מיט אלע חומרות און הידורים.
די הנהלה לאזט זיך קאסט גרויסע געלטער זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געטון בהידור רב ווי עס פעלט אויס, פאר די הייליגע מצוה פון אכילת מצה. אויך פון די אנדערע זייט האט מען סייעתא דשמיא, אז אלע וואס קאסטן די מצות זאגן אז די מצות האבן אן אויסטערליש גוטן טעם, און איז פריש און קריספי און גוט פאר די מאגן.
אנשי שלומינו זוכן דוקא די ברסלב מצות וויסענדיג אז דאס ווערט געמאכט דורך ערליכע אינגעלייט מאנשי שלומינו וואס צייכענען זיך אויס מיט יראת שמים, אפגעהיטענע אינגעלייט וואס זייער מויל איז הייליג, זיי ווייסן די גרויסע אחריות פון באקן מצות מצוה און זיי בעטן בשעת מען וועלגערט, מען רעדלט מען קענט און מען שיבט אז די מצות זאלן אויסקומען בתכלית הכשרות, זיי בעטן אז די מצות זאלן משפיע זיין אמונה פאר אלע וואס עסן דאס.
צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין היי יאר אנגעהויבן מיט די ארבעט פון די מצות שוין אסאך פריער, אבער מיט דעם אלעם לויפט עס אויס שנעלער ווי מען קען נאכיאגן די פראדוקציע.
די מצה בעקעריי איז אפן פון מאנטאג ביז דאנערשטאג פון 10:00 אינדערפרי ביז 3:00 נאכמטאג, און ווער עס וויל קויפן פון די מצות זאל וואס שנעלער זיך פארבידן מיט די פארוואלטונג פון די בעקעריי און רופן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז צוליב דעם שטארקן פארלאנג וועט מען נישט קענען באשטעלן פאראויס, און מ'וועט נישט קענען אוועקלייגן פאר קיינעם, מען וועט נאר קענען קויפן ווילאנג עס איז דא, וכל הקודם זכה.
אין א גוטע בשורה פאר די וואס דארפן ספּעלט מצות, האט די בעקעריי געמאלדן אז עס וועט אויך זיין צו באקומען אי"ה ספעלט מצות.