שאלה:
 
פארוואס טוט וויי די קאפ ווען איך טרינק זייער קאלטע וואסער, אדער איך עס אייס קרים שנעל? איז עס א סכנה?
 
נח ק.



תשובה:
 
דו ווילסט פארשטיין פארוואס די קאפ קען צומאל וויי טון ווען מען עסט אדער טרינקט א זייער קאלטע זאך שנעל. צוערשט איז גוט צו וויסן אז דאס מאכט זיך ביי אסאך מענטשן, סיי ביי קינדער און אויך ביי ערוואקסענע. אסאך מענטשן רופן עס א "ברעין פריז" (וואס מיינט בוכשטעבליך "די מח איז פארפרוירן..." ווייל אזוי שפירט זיך עס).
 
וואס פאסירט דא? לאמיר דאס מסביר זיין פשוט'ערהייט: ווען מען עסט עפעס זייער קאלטס זייער שנעל, ווערט דער גומען (גאמס) פון דיין מויל זייער שנעל קאלט. עס זענען דא דארט אונטער די הויט קליינע בלוט אדערן, און ווען זיי ווערן קאלט ציען זיי זיך צוזאם. ווען עס קומט אבער באלד צו פרישע ווארימע בלוט, ווערן זיי צוריק אויסגעשפרייט. די נערוו סיסטעם וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אינעם מענטש שיקט צומישטע סיגנאלן צום מוח, און דאס שפירן מיר ווי א "קאפ ווייטאג".
 
כאטש די ווייטאג שפירט זיך שטארק (ווי מען זעט פונעם צונאמען "מוח פריז"), איז עס אבער נישט קיין געפאר, און געווענליך גייט עס זייער שנעל אוועק. בדרך כלל אין ווייניגער פון א מינוט.
 
חז"ל זאגן "דרך ארץ קדמה לתורה", עס איז אייביג גוט צו עסן שטאט, אבער בפרט ווען מען עסט זייער קאלטע זאכן, און מען איז נישט אין די גוסטע פון א קאפ וויי, זאל מען עסן און טרינקען רואיג און געלאסן.
 
דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קייזערן און קעניגן וואלטן געוויסט די גרויסע דרך ארץ וואס איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר." א איד בכלל און א תלמיד היכל הקודש בפרט דארף זיך אויפפירן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. אויך ביים עסן געדענקען מיר אז מיר זענען דעם אויבערשטנ'ס קינדער.
 
חז"ל זאגן: "אדם ניכר בכוסו, בכיסו, ובכעסו" - איינע פון די פלעצער וואו מ'קען זען ווער א מענטש איז, איז ביים עסן. א איד פירט זיך מיט דרך ארץ, זיצט ביים טיש, ער עסט רואיג, ער רעדט נישט אינמיטן קייען, ער ווארפט נישט אראפ קיין עסן אדער רעפערס אויף דער ערד, קיינער איז נישט זיין משרת, ער רוימט אפ נאך זיך. אויב עפעס פאלט אראפ אדער גיסט זיך אויס, מאכט ער נישט ווי ער זעט נישט, נאר ער הייבט עס אויף, ער נעמט אחריות, אפילו עס איז א טעות, און אפילו יענער איז שולדיג, ווישט ער אפ.
 
ווען מען ברענגט אריין א גוטע זאך ביי א מסיבה, לויפט ער נישט, ער שטופט נישט. ענדערש וועט ער גארנישט האבן, ווי איידער זיך אויפפירן ווי א חי', ער נעמט נאר וויפיל ער דארף, און אויב עס איז נישט גענוג, וועט ער זיך רעכענען מיט אנדערע, און נישט כאפן אלעס פאר זיך.
 
געדענקט: פון עסן מיט דרך ארץ דערלייגט מען גארנישט - אויסער א קאפ וויי...
 
צו פרעגן א שאלה, שיקט צו askgershon@gmail.com אדער רופט אדער טעקסט צו ‪(845) 445-7447‬.