ברעיקינג נייעס: אוקריינע מסכים צו א דרייסיג טאגיגער פייער-אפשטעל

יב אדר תשפ"ה 📝
דריי יאר נאך דעם אויסברוך פונעם מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע איז געווען זייער אנגעצויגן, ווערט היינט באריכטעט איבער סוקסעספולע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע וואס איז פארגעקומען אין סאַודי-אַראַביע.
די באריכטן לויטן אז אוקריינע האט זיך געבויגן, און מסכים געווען צו א 30-טאגיגן פייער-אפשטעל, וועלכער וועט ארייננעמען דאס אויפהערן זיך באנוצן מיט מיסילס, דראָונס, וכדומה, סיי אויפן ים, און סיי לענגאויס דער גאנצער פראָנט ליניע.
אמעריקאנער פארהאנדלער זאגן אז יעצט וועלן זיי ברענגען דעם פארשלאג פאר רוסלאנד און לייגן דרוק אויפן קרעמלין אז זיי זאלן אויך איינגיין אין דעם פייער-אפשטעל.
אוקריינע'ס פרעזידענט, זעלענסקי, האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש זאגענדיג אז אוקריינע איז געווען גרייט צו שלום פון דעם ערשטן רגע פון דער מלחמה, און זיי זוכן בלויז צו פארזיכערן אז די ענדע פונעם קריג מיינט א לאנג טערמיניגער שלום, וואס וועט נישט צוריק אויפפלאקערן א קורצע צייט שפעטער.
דער זעלבער באריכט געבט אויך אן אז אמעריקע האט באשלאסן ווידער צו באנייען שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע, איבער וואס מען האט גערעדט אין די לעצטע צייט אז טראמפ האט אפגעשטעלט, צוליב דעם אומאנגענעמען ווערטער אויסטויש צווישן אים און זעלענסקי, וואס ווייזט אז אמעריקע זעט אין דעם אז אוקראינע ברעכט זיך צו אירע פארלאנגען.
פאר אונז אנשי שלומינו חסידי ברסלב וועלכע האבן די זכיה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה איז דאס גאר גוטע נייעס, מיר זענען כסדר מתפלל אז מען זאל שוין קענען קומען קיין אומאן אומגעשטערט, און ווער ווייסט אפשר גאר וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, איידער די מלחמה האט עס אויסגעזען זייער שווער צו פארן דריי פיר שעה פונעם עירפארט אין קיעוו אדער אדעסע, זוכן טעקסיס און פארן אויף די שמאלע צוהאקטע הייוועיס, און מען האט דאן מתפלל געווען אז מען זאל עפענען די עירפארט אין אומאן וואס פלעגט זיין א מיליטערישע עירפארט אין די צייטן פון די סאוויעטן, אבער איז געווען גענצליך פארלאזט אין די לעצטערע יארן און מען האט עס שוין נישט געקענט נוצן, יעצט צוליב די מלחמה האט מען זיך געכאפט ווי גרינג עס איז דאן געווען צו פארן, און מען האט געדארפט איבערקומען אסאך גרעסערע מניעות אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, מען האט נישט געקענט פארן דירעקט קיין אוקראינע, און די גליקליכע האבן זוכה געווען צו פארן מיט א טשארטער קיין פוילן, און פון דארט איבער צען שעה מיט'ן באן.
אבער בשעת די אלע אומאנגענעמליכקייטן האט די אוקריינער רעגירונג צוריק אויפגעבויעט דעם עירפארט אין אומאן, און זיי פלעגן רעגלמעסיג נוצן דעם עירפארט אין די לעצטע דריי יאר בשעת די מלחמה האט געפלאקערט צו פליען פון דארט מיליטערישע פליגער. דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז די נארישע מלחמה און אומזיסטע בלוט פארגיסונג וועט זיך אויפהערן, און ווען די קריג וועט קומען צו אן ענדע, קען דאס שטארק פארגרינגערן די נסיעה, אז מיר זאלן קענען פליען גלייך קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין שלום ביי אונז, מיר זאלן שלום מאכן מיט זיך אליינס, אויפהערן באשולדיגן יעדעם איינעם אין די צרות, מאכן שלום מיט די ווייב און קינדער, ווערן בשלום מיט די קינדער און עלטערן, און מיר זאלן קענען זיי אמת'ע ערליכע אידן.