גאווערנאר האוכל שטעלט פאר אירע פלענער פאר ניו יארק
כה טבת תשפ"ו 📝
אלבאני, ניו יארק. - ווי יערליך, האט די ניו יארק סטעיט גאווערנאר נעכטן געגעבן איר "סטעיט אוו די סטעיט" דרשה, וואו די גאווערנארס האבן די געלעגנהייט ארויסצולייגן זייערע פלענער און אגענדע וואס זיי פלאנען צו טון אינעם קומענדיגן יאר. "רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' היא תקום". מיר ווייסן אז אלע פלענער וואס זיי זאגן איז סתם אבי גערעדט, עס איז בלויז צו מאכן אן איינדרוק כאילו זיי טוען און זיי מאכן, און באמת איז עס בלויז א פאליטישע זאך.
וואס האט דער גאווערנאר ארויסגעברענגט וואס איז נוגע פאר אונז? איינס פון די הויפט טעמעס ביי דער רעדע איז געווען "אפארדעביליטי". היינט איז אין סטייל צו רעדן פון אפארדעביליטי. די מעיאר וואלן אין ניו יארק האבן געוויזן אז דער עולם וויל הערן דאס ווארט "אפארדעביליטי". און אפילו טראמפ איז שוין ארויפגעטאנצן אויף דעם אפארדעביליטי וואגן.
צוערשט האט זי פארגעשלאגן אומזיסטע טשיילד קעיר פאר יעדן. זי וויל אז יעדעס קינד אין ניו יארק סטעיט זאל ביז צוויי יאר ארום האבן אומזיסטן צוטריט צו טשיילד קעיר, קינדער פון צוויי ביז דריי יאר, נישט קיין חילוק צי מ'ארבעט צי נישט.
די קומענדיגע זאך אונטערן פאן פון "אפארדעביליטי" איז פרייזן פון עלעקטריציטעט און ענערגיע. זי זאגט אז זי גייט טון פארשידענע פעולות צו מאכן ביליגער גאז און עלעקטריק בילס.
די אלע זאכן קענען האבן א שטארק פאזיטיווע עפעקט אויפן היימישן עולם, און נישט פארגעסן אז די גאווערנאר איז נישט די וואס איז קובע, דער אייבערשטער איז קובע וואס גייט זיין.
"לאז זיי בויען" - די קומענדיגע זאך אויף דער רייע איז א טעמע וואס די היימישע ציבור האט אסאך געליטן דערפון, און דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל מצליח זיין. די גאווערנאר האט עס גערופן מיט'ן שיינעם קלינגענדיגן סלאגאן "לאז זיי בויען", און דערמיט וויל זי שניידן "רעד טעיפ" ביים בויען. זי וויל עלימינירן די פילע שיכטן פון ביוראקראטיע און רעגולאציעס וואס שטערן פון בויען הייזער, בויען מוסדות, בויען ביזנעסער. זי האט עס אפגערופן מיטן נאמען "לאז זיי בויען".
דערנאך האט זי גערעדט איבער פובליק סעיפטי, געבן מער געלט פאר פאליציי, פארשטארקן די זיכערהייט. נישט פארגעסן, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", די גאווערנאר וואטשט אונז נישט, די פאליציי היט אונז נישט, דער אייבערשטער איז דער שומר ישראל.
אויך האט זי אביסל אנגערירט רעליגיעזע רעכטן. זי וויל מאכן א געזעץ אז מ'זאל נישט מעגן פראטעסטירן ארום שולן און מוסדות, אזוי אויך וויל זי מאכן גרינגער צו קלאגן די רעגירונג אויב זיי פארלעצן איינעמ'ס רעליגיעזע רעכטן.
נו, וואס זאגט איר? געפעלן אייך די פלענער? דאן בעטס דעם אויבערשטן אז עס זאל דורכגעפירט ווערן, און אז נישט, בעטס דעם אויבערשטן אז עס זאל דורכפאלן. דער אייבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט, קיינער אנדערש נישט.
אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה