מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין ישיבה דער פרישער שיפמענט פון די איבערגעדירקטע "אשר בנחל אויף אידש" מיט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים.
טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג א פארציע אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס, איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים.
עס וועקט אויף דעם מענטש, אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף אים ביז יעצט, זאל ער יעצט אויפשטיין פון בעט, זיך אפגיסן נעגל וואסער, לויפן אין מקוה, און גיין דאווענען מיט מנין, און דערנאך גיין אביסל לערנען, און אזוי אנהייבן דאס לעבן פון דאסניי.
ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר, שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש האט רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן.
מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף.
צו באקומען דעם הייליגן ספר אשר בנחל אדער אלע אנדערע ספרים, קענט איר רופן קרן הדפסה אויף 718-387-2691 אדער אימעילט צו Mail@kerenhadfusa.org
זעט עטליכע שאלות ותשובות פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן ספר "אשר בנחל"
עטליכע בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון "אשר בנחל"