די פענע איז צו ארים און די שפראך צו קורץ צו קענען שילדערן דעם געהויבענעם יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה.
מיר וועלן בלויז פרובירן צו געבן א קורצע טעכנישע באריכט פון די הייליגע טעג.
דער בנין אין אומאן
אין די בלויז עטליכע יאר זינט דער דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אונטערגענומען דעם גרויסן פראיעקט פון צושטעלן א בנין רחבת ידים פאר אנשי שלומינו אין אומאן, וואס טראץ דעם וואס עס איז נאכנישט פולקאם פארטיג איז עס שוין קע"ה אויסגעוואקסן.
דער בנין וואס אנטהאלט אין זיך אלע געברויכן, א גרויסע ביהמ"ד, א קאך, מקוה מיט שויערס, און עטליכע שטאק מיט צענדליגע שלאף צימערן, געבט צו א געוואלד מיט הרחבת הדעת פאר אלע וואס קומען אהין, און איז ווייט אוועק פון די הו-הא פון פושקינא, און איז צוגעשטעלט פאר די טייערע קינדער וואס ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע געטרייע מלמדים.
די עסקנים האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו צושטעלן דעם בנין מיט אלע געברויכן. עס איז ב"ה געווען גענוג וואסער פאר די מקוה, שויערס און בית הכסא, די לעקטער איז ב"ה געווען אנגעצינדן במשך אלע טעג - מיט די הילף פון א גענעראטאר, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע פרישע געשמאקע סעודות צו דער זעט, די שלאף צימערן מיט די בעטן זענען געווען שיין און זויבער, די מלמדים האבן אנגעפירט מיט א "חדר" ווי מען האט געגעסן, געדאווענט, געלערענט, און זיך געשפילט מיט מיט די צאן קדשים. דער בית המדרש איז געווען הערליך צוגעשטעלט ליכטיג און זויבער.
היי יאר האט מען בלית ברירה געגעסן די סעודות אין בית המדרש צוליב וואס דער לאנטש רום איז געווען צר מהיכל ארייצונעמען דעם ריזיגן ציבור וואס איז געשלאפן אינעם בנין. עס קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן באוויזן צו פארוואנדלען דעם ביהמ"ד אין אן עס זאל אין געציילטע מינוטן, און דערנאך צוריק אויפגערוימט דעם בית המדרש צו די תפילות.
פדיון נפש
ליל זכור ברית אום 1:00 איז דער ציבור זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות וואס האט זיך געצויגן פאר צוויי שעה. דערנאך איז דער ציבור אריבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש, און מען האט זיך אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה.
אינדערפרי נאך שחרית איז ווייטער געווען א גרויסער ציבור ביי פדיון נפש ביים ראש ישיבה שליט"א, דאס איז אויסער די טישלעך אין אומאן אין די אומגעגענט פונעם ציון הקדוש ביי וואס פילע טויזנטער האבן געגעבן פדיון נפש, וואס דאס געלט האט דער ראש ישיבה באשטימט מען זאל עס נוצן צו מפיץ זיין די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין.
התעוררות ביים ציון
די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דער וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט פון אידן וואס קומען צום הייליגן ארט פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט, מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם, ביים ציון פון הייליגן רבין זעט מען נאר דעם אייבערשטן, און דאס הארץ עפענט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, און מען פועלט ישועות, מען גייט ארויס מיט א לייכטע געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן.
דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען מיט אנשי שלומינו צום ציון יעדן טאג גלייך אינדערפרי, אזוי אויך ביידע טעג יום טוב האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט צום ציון פארטאגס תיכף נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא.
סעודות שבת ויו"ט
אנשי שלומינו וואס זענען געווען אין אומאן זאגן אז בלויז פאר די סעודות שבת ויו"ט אליינס וואלט זיך שוין געלוינט צו קומען דעם לאנגן שווערן נסיעה. די געהויבענע זמירות און ניגונים וואס איז געזינגען געווארן אינאיינעם וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע.
דרשות און שיעורים
דער ראש ישיבה שליט"א האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דרשות און שיעורים. צום ערשט איז יעדן טאג פארגעלערענט געווערן די שיעור אין א בלאט גמרא, וואס איז א חק ולא יעבור ביי אנשי שלומינו, און איז בארימט מיט די געוואלדיגע קלארקייט און שיינע שמועסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט יעדן טאג נאכן שיעור.
ביידע טעג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם בלאט גמרא אום 5:30 פארטאגס מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור.
דער ראש ישיבה האט געזאגט ביידע טעג א קורצע תקיעת שופר דרשה. און גערעדט איבערדעם וואס אנשי שלומינו דארפן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, און שטארק מעורר געווען אז מען זאל נישט האבן קיין שווער הארץ איינער אויפן צווייטן.
דעם ערשטן טאג ראש השנה נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די לעצטע תורה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דער וועלט (געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז כאטש מוסר זאגן איז א מצוה, איז נישט יעדער ראוי צו זאגן מוסר, נאר איינער וואס קען מוסר זאגן ווי משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן נאכן חטא העגל (גיטין לו ע"ב) "עדיין חביבותא הוא גבן" "דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט מיר זאלן קומען נעמען פון רבין דעם חיזוק נאכאמאל אנצוהייבן פון פריש, און וויסן אז דער אייבערשטער ווארט אויף אונז און דארף אונזער עבודה.
דעם צווייטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון דעם אז ווען מיר קומען צום רבין דארפן מיר פאלגן דעם רבין. ביים רבין איז שלום בית געווען פון די וויכטיגסטע זאכן, און נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט ווי שטארק מען איז מחויב צו טייער האלטן און שעצן די ווייב, און העלפן אין שטוב, און "אויב די ווייב שרייט, נעם עס נישט פערזעליך" האט דער ראש ישיבה געזאגט "זי איז איבערגעשטרענגט - בעט איר איבער און העלף איר ארויס". 
שאטל
די גבאים פונעם "רענט קאמפיין", און די "פלען איט רייט" רייזע אגענטור, האבן צוגעשטעלט א זייער נוצבארע סערוויס, עס איז געווען צוויי שאטל באסעס וואס האבן קורסירט צווישן דעם בנין פון היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה ווייט צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון, דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכן טעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הק', און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען צום הייליגן ציון ווי מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר.
המזכים קאמפיין
צו רעדן איבערן "קרן הדפסה היכל הקודש" איז א שאד יעדעס ווארט. ביי יעדן תלמוד פון היכל הקודש איז א פשוטע זאך אז "קהלית היכל הקודש" מיט "הפצה" איז איין זאך, ווי דער ראש ישיבה שליט"א חזרט כסדר אז "דו האסט באקומען אזא שיינע לעבן, דו ביסט געוואר געווארן א וועג צו לעבן מיטן אייבערשטן, פארוואס טיילסטו עס נישט מיט מיט דיינע חברים?". און טאקע אנשי שלומינו טוען אין הפצה אויף אלע וועגן, אבער דער גולת הכותרת איז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" וואס איז דער הויפטקווארטיר פון הפצה, פון וואו די טויזנטער גליונות ספרים קונטרסים סידיס גייען כסדר ארויס.  ראש השנה אין אומאן האט דער ראש ישיבה געזען אלץ דער פאסיגסטער צייט צו מאכן א קאפמיין פארן קרן הדפסה וואס האט זיך שטארק פארברייטערט אינאיינעם מיטן וואוקס קע"ה פון אנשי שלומינו צו קענען נאכקומען דעם ריזיגן פארלאנג פון אלע מפיצים. אנשי שלומינו האבן גאר ווארים אויפגענומען די עסקנים פון קרן הדפסה, און געקויפט זכותים אדירים אינעם נייעם בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט.
 
תפלות
הונדערטער אידן זענען געקומען צו גיין איבער א האלבע שעה וועג נאר כדי צו הערן די ווארימע תפילות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז באקאנט מיט די הארציגע שיינע תפילות וואס ווערט באגלייט פון די בחורים און קינדער, וואס ווארעמט אן די הערצער, און דערנענטערט אידישע קינדער צום אייבערשטן.
 
"ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש" - מוצאי יום טוב גלייך נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערידיגע טענץ, און מען האט זיך זייער געפריידט אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן צובראכן אלע מניעות און שוועריקייטן און זוכה געווען צו וויילן ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה, און באקומען די אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט.
אכלו משמנים ושתו ממתקים כי חדות ה' הוא מעוזכם
🎞️ עטליכע קליפס פון אומאן ראש השנה תשפ"ב
📸 שיינע בילדער פון אנשי שלומינו אין אומאן ראש השנה תשפ"ב
 
📜 מיין זון גייט אוועק פון אונזער מסורה, און גייט קיין אומאן