גאר דערהויבענע שבת אין שטעטל מיטן גרויס גאסט הרב רבי יצחק לעססער שליט"א
כז חשון תשפ"ג 📝
גאר א דערהויבענעם שבת איז אריבער אין שטעטל במחיצת הרב רבי יצחק לעזער שליט”א פון יבנאל עיר ברסלב, גאר אסאך געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת אין שטעטל צו קענען מיטלעבן דעם דערהויבענעם שבת מיט’ן גרויסן גאסט.
די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין בית המדרש הגדול אויף די האשקי גאס, פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צו א באטע אין בית המדרש ווי מען האט זינגען צוזאמען זמירות און ניגונים לכבוד שבת.
דערנאך האט מען געהאט די זכי’ צו הערן דברי תורה פונעם גרויסן גאסט, וואס האט גערעדט שטארקע התחזקות איבער די נושא פון "זיך שטענדיג באנייען" פון די פרשה ויהיו שני חיי שרה, 'שני' קען אויך טייטשן 'צוויי' אז א יעדע איד האט צוויי מיני לעבנס, איינס בגשמיות און איינס ברוחניות און מען דארף אין ביידע לעבנס וויסן וויאזוי מען איז זיך מחדש, ווי רש"י זאגט בת ק' כבת כ' וכו' און מען דארף אייביג זיך אויפפרישן, ווייל אויף די וועלט איז אויך דא א גן עדן נאר דער רבי זאגט (ליקו"מ חלק א' סימן רפ"ו) טבעו בארץ שעריה אז דער צדיק הייבט אויף די טויער אז דער מענטש זאל קענען אריינגיין אין גן עדן. רבי אברהם שטערהארץ אן אייניקל פון רבי נתן ווען ער איז שוין געווען העכער די ניינציג האט ער ארויפגעלייגט יעדן טאג די הענט אויף די מזוזה און געזאגט: "א נייע טאג!!"
אינדערפרי האט מען געדאווענט צוזאמען א ווארימע דאווענען, נאכן דאווענען האט רבי יצחק פארגעלערנט סיפורי מעשיות (די ערשטע מעשה), ווי דער הייליגער רבי הייבט אן: "אויפן וועג האב איך דערציילט א מעשה וואס ווער עס האט געהערט די מעשה האט געהאט א הרהור תשובה". רבי יצחק איז אריין אין א שיינע שמועס אז די וועג איז יעדע מענטשנ'ס לעבן וואס ער גייט דורך שוועריגקייטן אבער מיט א צדיק קען מען אלעס גרינגער דורכגיין “דא אויף די וועלט איז מען אויפן וועג אנצוקומען צו די אייביגע וועלט, ווילאנג מען איז דא אויפן וועג כאפט מען אריין צו טון מצות ומעשים טובים”.
א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זי”ע, ער קומט אריין אין שטוב זעט ער אז עס איז דא דארט אן אלטער טיש און בענקלעך, אָן קיין מעבל בכלל, פרעגט ער דעם חפץ חיים: “וואו איז די פורניטשער”? פרעגט אים דער חפץ חיים צוריק: “און וואו איז אייער מעבל”? זאגט דער איד: “מיין מעבל איז אינדערהיים, איך האב דארט הערליכע מעבל, יעצט בין איך פשוט אינטערוועגנס, איך גיי נישט מיטשלעפן מיט מיר די מעבל”. האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אנגערופן צו דעם איד: “איך בין אויך אויפן וועג, איך בלייב נישט אייביג דא אויף דער וועלט, עס איז נאר א דורכגאנג, דארט אויף יענע וועלט האב איך גאר שיינע מעבל אוועקגעלייגט”.
אויך האט מען ארום גערעדט פון דעם וויאזוי א מענטש קען וויסן אויב ער וואוינט אויפן ריכטיגן פלאץ, "אפשר איז מיין פלאץ נישט אין ברסלב’ן שטעטל? אפשר דארף איך וואוינען ערגעץ אנדערש?" נאר די סימן איז, אויב דו האסט שמחה, אויב דא ביזטו א צופרידענער פרייליכער מענטש, און וועם דו טרעפסט געבסטו אים א גוט ווארט, אזוי אויך אין שטוב זעסטו נאר די גוטס אויף דיין ווייב און קינדער, איז א סימן אז דא איז די גוטע פלאץ.
ביי שלש סעודות האט רבי יצחק שליט”א ארום גערעדט פון דאס גרויסקייט פון א איד וואס וויל זיין ערליך, און ער זאגט דאס ארויס צום אייבערשטן: “הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך איך וויל זיין וואויל, קוק נישט אויף דעם וואס איך פאל אראפ, איך וויל נישט טון קיין שלעכטס, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות?”. פון די ווערטער פאסירן גרויסע זאכן.
אויך האט רבי יצחק שטארק ארום גערעדט פון די וויכטיגקייט פון האבן א מורה דרך וואס ווייזט דיר א וועג אין יעדן מצב וויאזוי זיך צו פירן, אפילו ביים רבי’ן אליין אין ברסלב, דארף מען אויך האבן א צדיק וואס זאל דיר זאגן וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס האבן מיר געהאט אין דעם דור, אזא צדיק ווי מוהרא”ש וואס האט גענומען דעם רבינ’ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין דריידלעך, און אונז אויסגעלערנט צו גיין אויף דעם וועג, און וואס מען קען נאכנישט פאלגן בעט מען דעם אייבערשטן אז איך זאל עס סוף כל סוף קענען מקיים זיין, למשל אזא זאך ווי דער "סדר דרך הלימוד", פון ווען מוהרא”ש האט געזען דעם שיחה אין שיחות הר”ן האט ער עס אנגענומען אן קיין פשרות, און נישט נאר דאס, נאר ער האט געמאכט זיכער אז די גאנצע וועלט זאל אויך וויסן דערפון.
זונטאג האט רבי יצחק שליט”א באזוך אין חדר ביי אלע קלאסן, און גערעדט צו די קינדער אז זיי זאלן גיין אין די וועגן פון יעקב איש תם, “תם” איז ראשי תיבות תהילים און משניות, די צוויי זאכן האלן דעם מענטש ערליך.
דערנאך האט רבי יצחק שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים בית הדפוס פון וואס רבי יצחק האט גאר שטארק הנאה געהאט צו זען וויאזוי מען דרוקט טויזענטער קונטרסים צו מפיץ זיין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט.