שטייענדיג יעצט אייניגע טעג נאך דעם געהויבענעם זיסן יום טוב פסח, ווען מיר האבן אויסגענוצט די הייליגע טעג זיך אנציפולן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר, איז די פאסיגע צייט ארויסצוהייבן די געוואלדיגע פעולות פון די געטרייע עסקנים פונעם וואויל באקאנטן ארגאניזאציע "רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג" וואס געבן זיך אוועק מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און מיט גרויס סעייתא דשמיא שטייען זיי צו הילף פאר הונדערטער משפחות אין פילע היימישע געגענטער, און טוען כל מה שביכלתם מיט מסירת נפש אז אידישע קינדער זאלן האבן אויף פסח, און א גאנץ יאר לשובע ולא לרזון, פאר די גאנצע משפחה.
 
אזוי אויך שטייען זיי צוהילף פאר אונזער הייליגע קהלה היכל הקודש במשך דעם גאנצן יאר, ווען די געטרייע עסקנים יום ולילה לא ישבותו, און העלפן דעם בית התבשיל היכל הקודש מיט'ן געטרייען גבאי הר"ר שלמה יאקאבאוויטש, ער זאל קענען ברענגען פילע גאר רייכע חלוקות מכל טוב וטוב.
 
בפרט יעצט פאר דעם יום טוב פסח, האבן די עסקנים הר"ר שמעון ישראל פאזען שליט"א, הר"ר יואל בראך שליט"א, הר"ר חיים יודל שווארטץ שליט"א פון רבי ישעיה'לעס קאך פון וויליאסבורג, צוזאמען געארבעט מיט בית התבשיל היכל הקודש מען זאל קענען ברענגען גאר ברייטע און ווערטפולע חלוקות מיט א ברייטע האנט לכל דכפין. מען האט צוגעשטעלט מיט הרחבה ריזיגע חלוקות פון פרישע פיש, פלייש, פרוכט, גרינצייג, גרעיפ דזשוס און וואס נישט, מיט וואס פילע פון אנשי שלומינו האבן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געקענט אריינברענגען דעם יום טוב מיט א פרייליך הארץ.
 
מען רעדט פון חלוקות אין ווערט פון שווערע צענדליגע טויזנעטער דאלער, וואס די עסקנים מיט זייער גוט הארץ האבן נישט געזשאלעוועט קיין צייט, טירחה און כחות, נאר כדי צו העלפן אידישע קינדער, און גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן אונז געלערנט די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט ווען אידישע קינדער טוען חסד איינע מיטן צווייטן.
 
יעצט ווען מען שטייט אין די וואך פון די יארצייט פונעם גרויסן צדיק נאך וועם דער הייליגער ארגאניזאציע הייסט, זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון דעם הייליגן צדיק רבי ישעי' בן רבי משה פון קערעסטיר זאל מגין זיין פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די אלע הייליגע פעולות, און בפרט פאר די אויבנדערמאנטע עסקנים וואס זענען געשטאנען בראש, אז עס זאל זיי קיינמאל גארנישט פעלן, אך טוב וחסד ירדפיהם כל ימי חייהם, זיי זאלן זוכה זיין צו דעם ושבתי בבית ה' לאורך ימים.
 
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ