א גאר פרייליכע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החתן קלמן בן הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הר"ר נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל.
ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט, איז די חתונה צוגעשטעטלט געווארן אין ישיבה געצליך בחנם פאר ביידע מחותנים. עס איז געווען א גאר פרייליכע חתונה. ווי די מחותנים און משתתפים געבן איבער האט גארנישט געפעלט פון די חתונה אויסער "חובות" און "קאפוויי"...
נאך די חופה האבן די קרובים געגעסן א פיינע סעודה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו די פרייליכע ריקודין, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט.
אלע זענען אהיים פרייליך און גענצליך איבערגענומען, צוזעענדיג וואס מיינט אן אמתע אידישע שמחה, ווי מען איז פרייליך מיט די אמת'ע שמחה - עס שטעלט זיך אויף א נייע ערליכע אידישע שטוב. מען דארף נישט קיין "עכטע" זאל/בלומען/זיגער (ליין: "עכטע" חובות/בזניונות...) עס זאל אויסזען ווי מען איז פרייליך.
מען האט זייער גוט געקענט זען אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו באלעסטיגן די גאנצע שטאט מיט הלוואת און טיי אווענט ביי כמעט יעדע חתונה. דא האט מען געהאט ברוך השם "עכטע" שמחה, "עכטע" גליקליכע חתן כלה און מחותנים. און "פאלשע" חובות.
דער אייבישטער זאל העלף אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן בויען צוזאמען א בית נאמן בישראל, און זאלן זען שיינע לעכטיגע דורות.
בילדער
 
עטליכע קורצע קליפס