גאר רייכע אינפארמירענעדע ברסלב ווידיא פּאַדקעסט בס"ד ערשינען
טו אב תשפ"ג 📝
אין אן ערשטמאליגע געשעעניש איז היינט ערשינען א "היכל הקודש" פּאַדקעסט. א "פאדקעסט" איז א לעבעדיגע שמועס אינטערוויו ווי מען שמועסט געשמאק אויס פארשידענע ענינים. יעצט לכבוד דעם אנשי חיל קאמפיין איז באשלאסן געווארן צו עפענען אביסל די פירהאנג און גיין זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסן אין היכל הקודש.
דער פאדקעסט וואס איז מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף געלונגען גאר גוט, ווערט אנגעפירט דורכן געשמאקן ברסלב'ן אינטערוויוער מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס איז מהנה יעדע וואך אויף קול ברסלב ביים די "ברסלבע ברודערס" פראגראם (אז מען דערמאנט אים שוין, דארף מען אים וואונטשן א מזל טוב אין נאמען פון אלע טויזנטע צוהערער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע געשמאקע שמועסן וואך איין און וואך אויס, צום גרויסן שמחה אז ער האט א שידוך געטון מיט זיין טאכטער, דער אויבערשטער זאל זיי געבן אסאך אידיש נחת) און ברענגט ארויף אויף א פריינטליכע שמועס די פילע אידן וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אויף פירנדע פאזיציעס אין די קהילה, אנגעהויבן פונעם מחנך נפלה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס פירט שוין דעם ברסלב'ן חדר שוין אזויפיל יארן צום גוטן וואס גיבט אראפ די אינסייד פון די חדר, די מלמדים, דערנאך האט מען דארט מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס שטייט צום האנט פונעם ראש ישיבה אנצופירן פילע פראיעקטן, מעמדים און דעם יערליכן "אנשי חיל" קאמפיין, וואס איז עפענט זיך אויף און געט ארויס פילע סודות פון חדר, וויאזוי דער קאמפיין ארבעט, וואס איז די סוד פון די הצלחה פונעם קאמפיין, און אזוי ווייטער, אויך זיצט דארט ביים טיש מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו מחברי ההנהלה וואס זיצט ביי יעדע מיטינג אין די קהילה און טוט דארט אויף גדולות ונצורות, אזוי אויך דינט ער אויפן פלענינג באורד פון די טאון אף ליבערטי ווי ער האט שוין אין די קורצע צייט געהאלפן פילע מוסדות און יחידים וואס האבן געדארפט הילף פון די פילע אפטיילונגען אינעם טאון. און אחרון אחרון חביב שמועסט מען זיך אויס מיט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס קומט ארויף צום ערשטן מאל אויף א לייוו אינטערוויו, ער איז דער בריח התיכון וואס שטייט שטילערהייט אונטער גאר אסאך ריזיגע און קלענערע פראיעקטן פון היכל הקודש, סיי אין אומאן, סיי אין שטעטל, און סיי אין פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט.
דער איינס און א האלב שעה'דיגע שמועס דעקט אויף פילע גאר אינטערעסאנטע נושאים וואס ווערט צום ערשטן מאל אויסגעשמועסט אין די היימישע וועלט, אנגעהויבן פון הצלחה'דיגע חינוך מהלכים, קאמפיינס אינסיידס, וואס איז היכל הקודש אנדערש פון אנדערע קהילות?, דעם ראש ישיבה אייגענארטיגע מהלך צו פינאנציעלע הצלחה, דער מנהל שמועסט אויס זיין צוגאנג צו מענטל העלט און פסיכאלאגיע, וויאזוי רייסט מען ארויס שלעכטע מידות פון קינדער? פארוואס האט מען זיבן קליינע שולן און קיין איין גרויסע שול? וויאזוי קען א אינגעמאן זיך עפארדן צו קויפן א דירה? וואס טוט מען צו האלטן די דירות פרייזן נידעריג? וויאזוי באגייט מען זיך מיט די שטאטישע באאמטע אין גלות? פלאנט מען איבערצונעמען די טאון בארד אדערע עפענען אן אייגענע ווילידזש? אזוי אנטוויקעלט זיך א לעבעדיגע געשמאקע שמועס צווישן די אלע עסקנות לייבן פון די קהילה ווי מען שמועסט זיך הערליך אויס.
דער פאדקעסט גיבט א זעלטן טיפע אריינבליק וויאזוי היכל הקודש ארבעט, וואס מען האט געטון בעבר און די פארשידנע פלענער בעתיד. דאס איז א שמועס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, א שמועס וואס וועט אייך געבן א נייע בליק אויף היכל הקודש.
דער געלונגענער פּאַדקעסט