אויפן בקשה פון אונזערע פילע ליינער וועלכע ווילן מיטהאלטן וויאזוי עס האט אויסגעזען דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה האבן מיר פרובירט איבערגעבן א באריכט פונעם שטעטל וויאזוי עס איז אפגעראכטן אויף א געהויבענענם פארנעם עד מקום שידינו מגעת. אבער מיט דעם אלעם, איז דער באריכט נאר אויפן שפיץ גאפל, וויפיל עס איז מעגליך געווען אריינצולייגן אין א באריכט.
 
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז ער שטרעבט אז די קהילה זאל זיין געבויט אויף די וועגן פון די פריערידיגע צדיקים, און איינע פון די זאכן אויף וואס דער ראש ישיבה לייגט א שטארקע געוויכט, איז אז עס זאל זיין א קהלה ווי מען העלפט זיך ארויס איינע דעם צווייטן מיט צדקה און חסד.
 
עס לאזט זיך נישט שרייבן די פילע צדקות און חסדים וואס זענען פארגעקומען אין די קהילה אין די וואכן פאר פסח. וויפיל קמחא דפסחא אקציעס עס זענען פארגעקומען, יעדן טאג האבן אנשי שלומינו באקומען רופן פון די פילע עסקנים און גבאים פון די שולן איבער נאך א צדקה קאמפיין און נאך א געלט אקציע ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מיט מצות, גראסעריס, בגדים און מיט אלעם וואס מען דארף. און ב"ה מען זעט ווי די קהלה איז געבויט אויף די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים, און דער ציבור האט זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים און מען האט געקענט צושטעלן פאר די פולע משפחות אלעס וואס זיי דארפן בס"ד.
 
אין שטעטל איז עטליכע טאג פאר פסח פארגעקומען א גאר גרויסע חלוקה דורכ'ן בית התבשיל, וואס ווערט אנגעפירט דורך מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט פארטיילט גאר נוצבארע פראדוקטן לכבוד יום טוב. דאס איז אויסער די צענדיגליגע טויזנטער וואס ער האט אויסגעטיילט אין די גראסעריס דירעקט צו די אקאונטס פון די נויטבאדערפטיגטע.
 
אין חדר האבן די מלמדים געפראוועט א שיינעם "סדר" מיט די טייערע קינדער. די מלמדים און די קינדער זענען געקומען אין חדר אנגעטון שיין יום טוב'דיג, און מען האט אראפגעלייגט א סדר פון אנהייב ביזן סוף, און האט אריינגעברענגט דעם געשמאק פון יום טוב אין די קינדערלעך. דער חשובער מענעזשער פון חדר האט סורפרייזט די חשובע קינדער אינמיטן די סדר, ווען ער איז פלוצלינג אריינגעקומען מיט א לעבעדיגע שעפסעלע, און מען האט געוויזן פאר די קינדער וויאזוי מען האט צוגעגרייט די שעפסעלע צו שחט'ן פאר דעם קרבן פסח.
 
אזוי אויך האבן די קינדער באזוכט ביים מצה בעקעריי, ווי מען האט זיי געוויזן די גאנצע פראצעדור וויאזוי די הייליגע מצות ווערן געבאקן, פארן הייליגן יום טוב.
 
זונטאג נאכט בעפאר פסח האט דער דיין שליט"א פארגעלערענט א שיעור כללי אין הלכות פסח און האט מיט א געוואלדיגע קלארקייט מסביר געווען אלע וויכטיגע הלכות און דינים הלכה למעשה וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום טוב. אויך איז דער דיין שליט"א געזיצן יעדע נאכט אין בית המדרש, און ארויסגעהאלפן דעם ציבור און איבערגעגאנגען אלע פרטים מיט יעדעם באזונדער און געהאלפן מיטן פארקויפן די חמץ פארן גוי.
 
עטליכע טעג פאר יום טוב איז שוין דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל, כדי צו קענען זיך צו קענען איינרישן צום יום טוב פסח. סיי מאנטאג און סיי דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה מיטגעפארן מיטן באס וואס פירט די קינדער אין חדר, און באגריסט יעדן קינד מיט א פרייליכן "גוט מארגן", פון וואס די קינדער האבן אויפגעלעבט, זעענדיג אז דער ראש ישיבה פארט מיט זיי צוזאמען מיט אין חדר אריין.
 
דער ראש ישיבה האט באזוכט אין די חדרים בשעת די קינדער האבן געלערנט, און זייער הנאה געהאט צו זען ווי מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו תורה ומצוות.
 
דינסטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט אין אפיס פונעם "פעסט בילד" פירמע, איבערגיין די פלענער פונעם געביידע וואס מען האט לעצטענס אפגעקויפט הארט נעבן די בנין המוסדות, און געזען וויאזוי מען זאל עס אויסשטעלן אויפן בעסטן וועג וואס שייך.
 
אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעם "אינגל קעמפ" וואס מען פלאנט יעצט אפצוקויפן, מען ווארט נאך עס זאל זיין גענוג תפילות אויף דעם. (ביי איינע פון די שיעורים חול המועד, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז "אויב איינער האט געלט אוועקגעלייגט, און איז גרייט דאס צו בארגן פאר דריי יאר כדי צו קענען אפקויפן די קעמפ, זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה").
 
דינסטאג איז פארגעקומען די ברית ביי האברך מו"ה יצחק אביש הי"ו פון בלומינגראוו, דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און זאגן די ברכות ויקרא שמו בישראל "נתנאל" נרו יאיר. ביים סעודת ברית האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם מוהל מו"ה אהרן ווייס הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער. דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע געזאגט אז דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צריך לחזור אחר מוהל צדיק, וירא שמים", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק א ירא שמים, "כי כשהמוהל אינו טוב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יכול להיות שלא יהיה מוליד, חס ושלום", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גם על ידי שהמוהל אינו טוב, על ידי זה בא התינוק, חס ושלום, לידי חלי נופל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל – סיזשערס – רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש "ווער איז א מוהל א צדיק"? האט מוהרא"ש געענטפערט: "וואס א גרעסערע מומחה  - אלס א גרעסערע צדיק".
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה דערמאנט די גרויסע נס וואס דער אייבישטער האט געמאכט, אז ער איז געווארן געראטעוועט פונעם שווערן מיטמאכענישט פונקט א יאר צוריק בנוגע חתונה מאכן.
 
ביים סוף שמועס האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן: "ברוך השם איך בין ארויס פון מצרים; איך זאג 'נשמת' ביים סדר די זעלבע אזוי ווי די אידן וואס זענען ארויס פון די ביטערע לאגערן ביים קריג. מען זעט אין די זעלבע משפחה איז דא איין ברודער וואס איז מקורב געווארן צום רבי'ן און לעבט א גוט לעבן, און די אנדערע ברודער לעבט נעבעך נישט מיטן רבי'ן, און ער ווייסט נישט וואס דו האסט באקומען ביי מוהרא"ש מער ווי ביי אנדערע פלעצער. מען זעט רוב אידן זענען נישט ארויס פונעם לאנד מצרים מיט משה רבינו, זיי זענען געווען צופרידן מיט זייער ארבעט, זייער ביזנעס, זייערע חובות... דערפאר דארפן מיר דאנקען אויף דעם גרויסן חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז".
 
דינסטאג נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה באזוכט מיט צוויי חברי ההנהלה, ביים גרויסן שטח אויף "רעד קליף ראוד" וואס געהער פאר די קהילה, און אדורך געגאנגען גאר וויכטיגע פרטים בנוגע די פארשידענע פלענער וויאזוי זיך צו באנוצן מיטן שטח פאר די געברויכן פון די קהילה.
 
פארנאכטס איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען מנחה מעריב אין בית המדרש אויף האשקי רד., נאך מעריב האט דער ראש ישיבה זיך אויפגעשטעלט מאכן אן "אפיעל" און געזאגט: "מורי ורבותי, ס'איז דא וואס האבן נישט און מען קען זיי ארויסהעלפן, מען רעדט נישט דא פון געלט און עס רעדט זיך נישט פון קיין פרעמדע משפחות. מען דארף רחמנות האבן אויף די ווייבער, זיי ארבעטן זייער שווער אנצוגרייטן דעם פסח, זיי האבן נישט קיין כח, אבער מען קען זיי העלפן מיט אפאר גוטע ווערטער. גיי אהיים און שמועס אביסל מיט דיין ווייב צען מינוט. 'מבשרך אל תתעלם', רופטס ענק אן ווארעם, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער ענק העלפן".
 
מיטוואך איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן אין שטאט געבן דעם וועכנטליכן שיעור פאר די אינגעלייט.
 
דאנערשטאג פארנאכטס איז מען געגאנגען אנגערייטן די וואסער פאר "מים שלנו" פאר די ערב פסח מצות, דערנאך איז מען ארויס אין א פרייליכן טאנץ פאר די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז און ער גיבט אונז די זכיה צו קענען טון זיינע מצוות.
 
פרייטאג ערב פסח נאכן פאברענען די חמץ זענען די בודקים פונעם עירוב אריבערגעקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים און מען האט דארט געמאכט די ברכה פארן עירוב, און מזכה געווען די פת פארן גאנצן שטאט.
 
ביי חצות איז מען אריבער אין מצה בעקעריי און מען האט געבאקן די מצות לכבוד פסח מיט א שמחה און א ברען. דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט הלל, עס האט געהערשט גאר א פרייליכע שטימונג, עס האט זיך נישט געגלייבט אז דאס פאסירט טאקע עכט אין ראליטעט, מען באקט ערב פסח מצות אין שטעטל קרית ברסלב, מיט אלע הידורים און חומרות וואס א מצה בעקעריי דארף צו האבן.
 
עס דארף טאקע ווערן ארויסגעברעגנט אז וועם מען האט נאר געפרעגט וועגן די מצות, האט געזאגט אז די ברסלב'ע מצות האט געהאט עפעס גאר א ספעציעלן גוטן טעם וואס עס איז נישט דא ביי אנדערע מצות, אלע האבן געזען אז דא ליגט עפעס מער ווי סתם דרך הטבע, דא ליגט אסאך תפילות וואס מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל גוט געלונגען.
 
אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, פון וואס דער עולם האט זיך זייער דערקוויקט. אויך האט דער ראש ישיבה געדאווענט תפלת מוסף מיט טל פארן עמוד.
 
דעם צווייטן טאג שחרית האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש "אשר בנחל" אויף די "דענמאן" גאס, און צוגעגאנגען צו שחרית.
 
דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט מנחה מעריב אין בית המדרש "עצתו אמונה" אויף די "טווין ברידזש" גאס. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געגעבן א שמועס און געזאגט: "פסח אינדערפרי איז יעדער זייער פרייליך, עס איז אריבער אזא הייליגע נאכט וואס מען האט מקיים געווען אזויפיל מצוות, יעדער שפירט זיך עפעס מער פון סתם א טאג. דערציילט מען, אז עס איז אמאל אריין געקומען אין בית המדרש פסח אינדערפרי א פשוט'ער איד און זיין פנים האט געשיינט זייענדיג זייער פרייליך, האט דאס איינער פון די מתפללים - א למדן, א בעל מקובל - באמערקט, און האט דאס נישט געקענט פארשטיין, 'פארוואס פריידט זיך דער פשוט'ער איד אזוי שטארק? מיט וואס איז ער אזוי פרייליך? ער ווייסט דאך קוים פון זיין חיות צו זאגן'!, איז ער צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "וואס ביסטו אזוי פרייליך? וואס ווייסטו דען וואס מען דארף אינזין האבן? איך האב נעכטן אינזין געהאט אזויפיל כוונות, די ד' כוסות ווייזן אויף די ד' עולמות וכו' וכו', וואס האסטו אינזינען געהאט?" האט דער פשוט'ער איד געענטפערט: "איך פריי זיך זייער אז איך האב געפאלגט דעם אייבערשטן וואס האט געהייסן עסן מצה, מרור, ד' כוסות; בשעת'ן מקיים זיין די מצוות האב איך אינזין געהאט פשוט 'איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט'".
 
אזוי רעדנדיג באמערקט דער פשוט'ער איד ווי דעם בעל מקובל'ס פנים טוישט קאלירן, עס זעט אויס ווי ער גייט חלש'ן, האט ער אים שנעל געברענגט א בענקל און א גלעזל וואסער, און פרעגט אים: "וואס גייט פאר? איך האב אייך געטשעפעט?" זאגט דער בעל מקובל מיט ווייטאג: "ניין, נאר איך כאפ זיך יעצט אז איך האב אלעס אינזין געהאט - אויסער דאס; איך האב פארגעסן צו אינזין האבן דער עיקר, אז איך טו וואס דער אייבערשטער הייסט, יעצט זע איך אז מיט דיין פשטות האסטו מקיים געווען די מצוות נאך בעסער פון מיר".
 
זעט מען פון דעם, אז די העכסטע זאך איז מקיים זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייסן".
 
חול המועד איז געווען א שיעור התחזקות יעדע נאכט, עס איז געקומען צו פארן אידן פון אלע געגענטער מיטצוהאלטן דעם שיעור און מיטנעמען עצות און חיזוק אויף ווייטער.
 
מיטוואך חול המועד פסח איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל צוזאמען מיט זיינע קינדער, און אויסגעפרעגט דעם אייגענטומער אלע דעטאלן פונעם פארק, וויאזוי עס איז מצליח און אזוי ווייטער, און דער ראש ישיבה האט געוואונטשן הצלחה אויף ווייטער און געזאגט אז זוממער וועט זיין אסאך מענטשן וואס וועלן קומען צום פארק.
 
אינמיטן טאג איז דער מנהל פון תלמוד תורה אין וויליאמסבורג הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו צוזאמען מיטן מלמד הר"ר ישעי איידליס הי"ו געקומען באזוכן דעם ראש ישיבה אין שטעטל, דער ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען מיט זיי וויכטיגע פרטים בנוגע דעם זוממער סעזאן און נאך אסאך זאכן בנוגע די חינוך פון די קינדער.
 
שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען צו טאנצן שירה אין בית המדרש "אשר בנחל", דער ראש ישיבה האט געטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים.
 
דער ראש ישיבה האט געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף די געוואלדיגע נס וואס ער האט געטוהן מיט די קהילה און אונז געראטעוועט פון די מסירה, וואס האט זיך אנגעהויבן פונקט א יאר צוריק, און יעצט שטייט מען דא און מען קוקט צוריק אויף די געוואלדיגע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די שיינקייט פונעם שטעטל, די קינדער וואקסן אויף מיטן אייבערשטן, יעדע זאך ווייסן זיי אז מען דארף בעטן נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווייט אז זיי ווילן אפילו נישט גיין צו דאקטער ווען מען שפירט נישט גוט, ווייל 'וואס פעלט עס אויס אז מען קען גיין צום אייבערשטן'?!
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי א אינגערמאן פון שטעטל האט אריינגענומען זיינע עלטערן ביי זיך אין שטוב אויף פסח, איין טאג פאר פסח קומט דער זיידע אריין אין שטוב און רופט זיך אן מיט איין אטעם פארן זון און זיין שנור: "קומטס אהער איך מוז ענק ווייזן וואס דא האט יעצט פאסירט אין גאס פאר מיינע אויגן", ער פירט זיי ארויס אינדרויסן און ווייזט זיי "דא בין איך פריער געשטאנען ווען ענקער קליינע טאכטער האט געווארט אויפן באס, און זי רופט זיך אן "הייליגער באשעפער העלף די באס זאל שוין קומען", עס מוז זיין זי האט עפעס א העכערע נשמה", רופט זיך אן דער זון צו זיין טאטן "טאטע, אלע קינדער דא רעדן צום אייבערשטן, דאס לערנט מען אויס אין חדר און אין סקול אז וואס מען דארף זאל מען בעטן דעם אייבערשטן". דער זיידע איז ארויס פון התפעלות.
 
אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר די הצלחה פון די קינדער, און נישט נאר בעטן פאר די קינדער וואס מען האט נאך אינדערהיים, נאר אויך בעטן פאר די קינדער וואס זענען שוין חתונה געהאט, זיי זאלן מצליח זיין מיט אלעם. 
 
דערנאך איז מען ארויס אין גאר פרייליכע ריקודין, מען האט געטאנצן די שירה, און דערנאך געזינגן "חסדי השם" און "בך בטחו" אויף די געוואלדיגע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אונז.
 
דער ראש ישיבה האט געבעטן די גבאים פון בית המדרש "עצתו אמונה" אז מ'זאל זיך דארט אויך צאמקומען ליל שביעי של פסח. אזוי ווי דער ראש ישיבה טיילט כוס של ברכה ליל שביעי של פסח, האבן די גבאים געבעטן פונעם ראש ישיבה ער זאל געבן א פלעשל גרעיפ זשוס דאס צו פארטיילן ביי די באטייליגטע, און דער ראש ישיבהאזוי געטון געבנדיג זיין ברכה: "אלע זאלן זוכה זיין צו ביזת הים".
 
שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה זיך געטובל'ט אינעם מקוה טהרה אויף "האשקי", און געבעטן דעם אייבערשטן אז אלע וואס וועלן זיך טובל'ן אינעם מקוה זאלן זוכה זיין צו האבן ערליכע געזונטע קינדער. (אויך האט זיך דער ראש ישיבה גע'טובל'ט ערב פסח אין "מקוה מלכה" וואס איז ביים בית המדרש "עצתו אמונה") דערנאך האט דער ראש ישיבה געלערנט תיקוני זהר פאר א לענגערע צייט.
 
צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט מיט א ברען די שירה.
 
מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף די "האשקי" גאס, ביי בואי בשלום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ ארום דעם גאנצן בית המדרש.
 
אחרון של פסח האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארן עמוד, נאכן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש; דער ראש ישיבה האט ארום געשמועסט פון דעם ענין וואס מען פירט זיך צו זיך מישן אחרון פסח איינער מיטן צווייטן, דאס איז צו ווייזן אז נאך אלע מדרגות וואס מען האט באקומען פונעם יום טוב, קומט מען צו אז איך מיש מיך מיט א צווייטן איד, איך האב ליב יעדן איד נישט קיין חילוק ווער ער איז, דאס איז אויך געווען ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע ער האט זיך געמישט מיט מענטשן וואס אפילו א גאנץ יאר האט ער נישט געגעסן פון זייער קאך, אבער אחרון של פסח האט ער יא געגעסן.
 
פארנאכטס נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות, סעודת משיח, דער ראש ישיבה האט פארציילט די מעשה פונעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע וויאזוי ער איז געווארן צוויי מאל געראטעוועט אחרון של פסח, אויפן וועג קיין ארץ ישראל, דאס איז געווען דורך זאגן די אלף בית; האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס ווייזט אונז אז מיר קענען אויך געראטעוועט ווערן פון אלע צרות דורך זאגן די ווערטער פון די תורה, נעם א משניות און הייב אן זאגן א פרק נאך א פרק, נעם א גמרא און זאג א דף נאך א דף, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלע צרות.
 
אויך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען ביי די מעשה אז אדל די טאכטער פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע האט אויף יעדע זאך געבעטן דעם אייבערשטן, און דאס האט זי געלערנט ביי איר גרויסן טאטן, און דאס דארף מען אראפלערנען דערפון, אז וואס מען דארף נאר זאל מען בעטן דעם אייבערשטן; דא אין שטעטל איז דאך ממש געאייגענט פאר דעם, מען קען אביסל שפצירן אויף די וועגן און שטעגן, עס זענען דא פיינע שטילע וועגן וואו מענטשן גייען כמעט נישט.
 
און דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט אז דער פסח נעמט מען מיט אויף ווייטער, דאס געט כח צו גיין ווייטער ביז'ן קומענדיגן יום טוב שבועות.
 
נאכדעם איז מען ארויס אין א טאנץ אויפן ניגון "חסל סידור פסח" מען האט דאס איבערגעזינגען אסאך מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, און צוגעענדיגט מיטן ניגון "לשנה הבאה בירושלים".
 
מיט דעם האט זיך געענדיגט דעם הערליכ'ן יום טוב פסח, וואס האט זיכער איבערגעלאזט השפעות און התחזקות אויף ווייטער ביי יעדן איינעם.
 

כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו