אין א לענגערע קאמף מיט די רעגירונג האט א ריכטער ארויסגעגעבן אן אורטייל קעגן גוגל זאגענדיג אז זי פארלעצט די פעדעראלע אנטי טראסט געזעצן.
 
די רעגירונג האט יארן צוריק איינגעשטעלט געזעצן וואס דארפן האלטן קאנטראל אויף ביזנעסער אז זיי דאמינירן נישט די מארקעט מיט'ן כח פון זיין די גרעסטע, די רעגירונג וויל אז די מארקעט זאל זיין אפן פאר קאנקורענץ און נאר בעסערע פראדקוטן און סערוויסעס זאלן באאיינפלוסן די דאמינאנץ פון א פירמע.
 
אין אונזער פאל האט די רעגירונג אויפגעוויזן אז טראץ גוגל'ס טענות אז זי איז די גרעסטע (האבנדיג איבער 95% פון די "זוך" מארקעט) בלויז ווייל זי איז די בעסטע, האט זי אויסגעגעבן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך בלויז צו פארזיכערן אז זי בלייבט די אויסשלוסליכע זוך ענדזשין ביי פילע פלאטפארמעס. 
 
די געריכט גייט יעצט באשלוסן וואס מען זאל טון צוליב דעם, איינע פון די אפציעס וואס די רעגירונג טוט אין אזעלעכע פעלער איז צווינגען די פירמע זיך צו צוברעכן אין עטליכע קלענערע קאמפאניס וואס קען העלפן אביסל צו עפענען די מארקעט, אז אויך אנדערע זאלן קענען אריינקומען אינעם פעלד.
 
די הייליגע משנה זאגט אונז "עשה לך רב" א מענטש מוז האבן איינער ווער עס זאל טון פאר אים די ארבעט פון ארויסזוכן די ריכטיגע וועג אין עבודת ה', אפילו איך בין די קלוגסטע מענטש, איך בין די געלונגענסטע מענטש, דארף איך טרעפן א מורה דרך איין מענטש וואס איז קלוגער פון מיר און אים פאלגן, און נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד. חז"ל זאגן זייער שארף פאר דער וואס וויל אליינס באשלוסן, און נישט נאר דער וואס זוכט די קולות סיי פון בית שמאי און סיי פון בית הילל איז נישט גערעכט, נאר אפילו דער וואס וועט וועלן זיין א פרומער און טון די חומרות פון ביידע, רופט די גמרא אן א "שוטה".
 
איין טענה פון גוגל האט די רעגירונג אנגענומען, און דער ריכטער זאגט אז עס איז מעגליך אז אז גוגל האט גארנישט געטון שלעכט ווייל זי וואלט ווען סיי ווי געהאט גענוג קאסטומערס, ווייל זיי טויגן און זענען פאקטיש די בעסטע "סוירטש ענדזשין" אויף די מארקעט, און די סיבה פארוואס מענטשן גייען צו זיי איז ווייל מען טרעפט שנעל און גרינג וואס מען דארף, און מען "האט עפעס אין די הענט", די זעלבע זאך איז ברוחניות, דער עיקר זאך וואס איך דארף טרעפן אין א רב אדער מורה דרך איז נישט אז ער איז "עפעס אנדערש", ער עסט נישט/ער עסט זייער אסאך, ער שלאפט נישט/ער שלאפט א גאנצן טאג, אן אייגעבויגענער, א בטלן, די אלע זאכן געבן מיר גארנישט צו, דער עיקר איז אז ער מאכט מיר לעבן מיט'ן אויבערשטן, ער געבט מיר אריין א זיסע טעם אין די תורה, מיין ווייב און קינדער ווערן ביי מיר חשוב.
 
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויב איינער האט אנגעהויבן צו לערנען א דאנק דעם הייליגן רבין, ער לערנט יעדן טאג אכצן פרקים משניות, און ער טרעפט א פלאץ ווי מען מאכט אים לערנען ניינצן פרקים משניות זאל ער גלייך אהין לויפן, און נישט נאר דאס, ער בעט אז מען זאל אים אויך רופן, ווייל ער וויל אויך אהין גיין.
 
די רעגירונג וויל אז גוגל זאל נאר מצליח זיין ווילאנג זיי קענען סערווירן זייערע קונדן אויפן בעסטן אופן, און אין די רגע עס איז דא א בעסערע סוירטש ענדישן אויף די מארקעט זאלן די קאסטומערס באשלוסן צו וועמען צו גיין.