ס'איז גאר פריידיגע נייעס פאר די טויזנטער אידן וואס גרייטן זיך ארויסצופארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט: די מיליטערישע אדמיניסטראציע אין דעם אדעסער ראיאן האט געמאלדן, אז די באאמטע האבן אראפגענומען געוויסע שטרענגע קורפיו באגרעניצונגען וואס זענען איינגעפירט געווארן צוליב די מלחמה. די דאזיגע רעגולאציעס, וואס זענען שוין אין קראפט פאר עטליכע יאר, האבן שטארק פארשווערט פאר די פילע רייזענדע וואס קומען אן דורך די גרעניצן.
 
לויט די קורפיו געזעצן טאר מען זיך נישט געפינען אויף די גאסן אין פארשידענע געגנטער איבער אוקראינע אין געוויסע שעות ביינאכט. די פונקטליכע צייטן ווענדן זיך לויט אין וועלכן "אבלאסט" (קאונטי) מען געפינט זיך, אבער ביז יעצט האט נישט אויסגעמאכט צי מען גייט צופוס, צי מען פארט אויף א לאקאלן וועג, אויפן הייוועי, אדער אפילו ביים גרעניץ זעלבסט.
 
זייער אסאך רייזענדע האבן געהאט גרויסע שוועריקייטן און עגמת נפש דערמיט; אויב מען האט זיך נאך לאנגע שעות פון רייזן געפונען אויפן הייוועי אין די שפעטע נאכט שעות, האט די פאליציי געקענט אפשטעלן די קאר און הייסן דעם דרייווער זיך ארויסציען אין די זייט און ווארטן דארט ביז אינדערפרי, וואס האט גורם געווען א געוואלדיגע אפמוטשעניש פאר די פילע נוסעים.
 
דער אויבערשטער הערט אויס די תפילות פון אידישע קינדער, און היות די ברסלב'ער חסידים בעטן כסדר יעדן טאג מען זאל קענען אנקומען גרינג קיין אומאן, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז אפיציעל באריכטעט געווארן א געוואלדיגע טויש אין א וויכטיגע רעגולאציע. דער מיליטערישער גאווערנאר פון אדעסא, אָלעג קיפּער, האט געמאלדן אז אלע סארטן טראנספארטאציע מעגן פון היינט און ווייטער פארן אומגעשטערט אין ביידע ריכטונגען, און מען וועט זיך מער נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן די נאכט אויסצואווארטן ביז אינדערפרי. דאס וועט הויפטזעכליך אויסמאכן אויפ'ן קיעוו-אדעסא הייוועי, די הייוועיס ארום אדעסא, און ביי די גרעניץ-פונקטן ווי פּאַלאַנקאַ, סטאראקאזאטשע, אָרליווקאַ און רעני, וואס זענען אלע אריינגערעכנט אינעם נייעם סדר.
 
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דאס העלפן אין נאך א ריכטונג; יעצט אז מען וועט קענען פארן אויף די הייוועיס אין אלע שעות פונעם טאג, ווערט ערווארטעט אז דאס וועט אויך העלפן אז די גרעניצן זאלן נישט זיין אזוי אנגעלייגט און געשטופט, וויבאלד דער עולם וועט זיין מער אויסגעשפרייט איבער מערערע שעות.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.