מען גייט מקבל זיין די תורה פונדאסניי
ד סיון תשפ"ג 📝
עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, אידישע קינדער זענען זייער פרייליך מקבל צו זיין די תורה פון פריש, זיך באנייען מיט די הייליגע תורה, צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און מקיים צו זיין אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט אונז אין די הייליגע תורה.
א ספעציעלער שמחה איז ביי ברסלב'ע חסידים, וואס נעמען אן די עצות פון הייליגן רבי'ן און לעבן מיט דעם, וואס זיי האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן ע"ו) אז מ'קען לערנען תורה בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט.
ווען א מענטש מיינט אז ער קען נאר לערנען תורה אויב ער האט געהעריגע שיעור, א געהעריגע חברותא, ער פארשטייט קלאר יעדע זאך, דאן איז נישט מעגליך ער זאל קענען לערנען יעדן טאג פון יאר, ווייל ס'מאכט זיך כסדר צייטן וואס מ'קען נישט לערנען געהעריג, און אויב מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל זאכן כדי צו קענען לערנען, גייט דורך א גרויס חלק פון יאר וואס מ'לערנט נישט.
אויך זענען דא מענטשן וואס פאר זיי איז בכלל שווער צו לערנען, זיי האבן נישט קיין גוטע קאפ און פארשטייען נישט קיין לערנען, אדער זענען זיי פאריאגט מיט די שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה, און קענען זיך נישט צוזאמנעמען צו לערנען אביסל תורה, און דערנאך זענען דא געוויסע וואס האבן יא צייט, יא א גוטע קאפ, אבער למעשה ווען זיי קוקן זיך ארום זעען זיי אז ס'גייט זיי דורך טעג וואכן און חדשים וואס זיי עפענען נישט קיין אידיש ספר.
אבער מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, מ'נעמט א משניות און מ'הויבט אן זאגן די ווערטער, יעדער איינער לויט וויפיל ער קען, און דאס קען מען טון צו יעדע צייט אונטער סיי וועלכע אומשטענדען, און דאס ברענגט אריין אינעם מענטש א געוואלדיגע גלוסטעניש צו וועלן לערנען נאך און נאך תורה.
און די זעלבע זאך איז מיט גמרא, שלחן ערוך, תהלים, חומש רש"י, און אלע חלקים פון די הייליגע תורה, יעדער לויט זיין געשמאק און געפיל, קען יעדער איינציגסטער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן איינציגסטן טאג פון זיין לעבן.
ספעציעל די הלכה פון מעביר סדרה זיין, וואס מוהרא"ש האט אונז אריינגעבאקן אין אונז איינמאל און נאכאמאל איבער די וויכטיגקייט פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מוהרא"ש זאגט אז א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן יענע וואך עפעס א שאדן, אבער ליידער זענען דא פילע אידן וואס זענען נישט מעביר סדרה יעדע וואך, נישט יעדער האט די צייט און מעגליכקייט צו קענען מעביר סדרה זיין אום פרייטאג נאכמיטאג אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט, און דעריבער איז מען בכלל נישט מעביר סדרה, דעריבער האט מוהרא"ש כסדר גע'חזר'ט אז מיר זאלן שוין אנהויבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, זונטאג איז מען מעביר סדרה ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז מען איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע פרשה ביז סוף וואך.
דערפאר איז יעצט גאר גרויס די שמחה אז מיר זענען זוכה פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה, און מיר נעמען זיך אלע פאר אז פון יעצט און ווייטער וועלן מיר יעדן טאג לערנען תורה, וואס דאס איז די שפייז פאר די נשמה, אזוי ווי ווען א מענטש עסט נישט
שפירט ער נישט גוט, ער קען נישט טראכטן גראד, די זעלבע איז ווען די נשמה עסט נישט, מ'לערנט נישט קיין תורה, ווערט דער מענטש צערודערט, ער ווייסט נישט וואס פעלט אים, ער ווייסט נישט וואס נאגט אים, ער איז דעפרעסט און צעבראכן, און גארנישט מאכט אים פרייליך, ווען מ'איז אבער זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, ווערט דער מענטש א פרייליכער געשמאקער צופרידענער מענטש, די תורה באגלייט אים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה זיין אין קרית ברסלב ליבערטי אויף שבועות, די פילע חשובע איינוואוינער פון שטעטל זענען מקבל פנים די פילע געסט וואס קומען צו פארן אויף יום טוב.
אזוי אויך וועלן אלע שולן פון היכל הקודש אין אלע שטעט און לענדער זיין אפן, ווי מען וועט דאווענען אינאיינעם, אזוי אויך וועט מען זאגן דעם קורצן "תיקון ליל שבועות" נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע סדרה וואס נעמט נישט מער פון בערך א האלבע שעה. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז צוליב דעם וואס מען האט צוגלייגט אסאך זאכן צום תיקון און עס נעמט זייער לאנג זאגן אסאך מענטשן בכלל נישט דעם תיקון, דערפאר זאל מען זאגן דעם עיקר תיקון. דערנאך וועט מען גיין אין מקוה פארן עלות, וואס דער רבי זאגט אז דאס ברענגט צו גאר הויכע זאכן, מען וועט דאווענען א געשמאקע דאווענען הלל און אקדמות און אסאך רעדן צום אייבערשטן און זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן אין די הייליגע טעג פון יום טוב שבועות.
מתוקים מדבש ונופת צופים!