גרשון קרעמער
 
"וואס וועט זיין מיט די חינוך פון אונזערע קינדער"? הערט מען אידן אין די קופקעס רעדן באזארגט, "די סטיעט וויל זיך אריינמישן און איינטיילן וואס מען דארף לערנען מיט זיי", עס איז טאקע אמת אז אויב מען וועט נעמען הוראות פון די גויים וואס צו לערנען מיט אונזערע קינדער איז זייער ביטער, אבער די גזירת החינוך האט זיך נישט אנגעהויבן היינט, און אויך נישט מיט יאפעד'ס קלאגע אין יאר תשע"ב.
 
די גזירת החינוך האט זיך נאך אנגעהויבן פון פרעה'ס צייטן, פרעה האט געוואלט אויסרייסן דאס אידישע פאלק, דערנאך די עמלקים, די יוונים, די רוימער, די שפאנישע אינקוויציע, די קרייץ ציגלער, די נאציס ימח שמם, און יעצט טראגט עס א שענערע פנים "דעמאקראטיע", די שטאט טאטעס ווילן פשוט "די טובה פון אונזערע קינדער"... זיי רעדן אזוי שיין בפה רך, ממש אומשולדיגע שעפעלעך.
 
די רעזולטאט פון זיי וועלן זיך אבער ענדיגן ווי די אלע ביז יעצט. עס איז גארנישט געבליבן פון די עגיפטער, פון די עמלקים, פון די גריכן, די רוימער, די יוונים און אלע אנדערע. מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן מיר אריבערגיין דעם כוואליע אויך. מיר דארפן טון נאר איין זאך, מתפלל זיין אז מיר זאלן קענען ווייטער ערציען אונזערע קינדער אויפן ערליכן אידישן וועג, און מיר זאלן זוכה זיין צו מרבה זיין כבוד שמים.
 
צו וואס שרייבן מיר דאס? דאס איז אין רעאקציע צו א נייעס וואס איז היינט געווארן באריכטעט, אז די סטעיט געריכט האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אין שטיצע פון עטליכע מוסדות התורה וואס די עדיוקעשאן דעפארטמענט האט געוואלט פארשפארן וויבאלד זיי זענען נישט אנערקענט אלץ שולעס צוליב וואס זיי קומען נישט נאך די רעגולאציעס. און יעצט האט דער געריכט קלארגעשטעלט אז די עדיוקעשאן דעפארטמענט איז נישט גערעכט, און די מוסדות ווערן נאך אלץ באטראכט אלץ לעגאל, און די שטאט דארף זיי ווייטער צושטעלן די הילף וואס זי שטעלט צו פאר אלע שולעס, ווי צום ביישפיל באסעס און עסן.
 
עס איז קלאר אז די שונאי הדת וועלן נישט בלייבן זיצן, זיי האבן דעם סמ"ך מ"ם אויף זייער זייט, און וועלן ווייטער פרובירן אויף יעדע וועג נאר מעגליך צו טוישן די וועג וויאזוי מיר לערנען מיט אונזערע קינדער.
 
עס איז ממש לעכערליך צו טראכטן אז די מוסדות התורה דארפן נאכמאכן די פאבליק שולעס, ווייל מען לערנט נישט גוט ביי אונז, בשעת עס איז נארוואס ארויסגעקומען א באריכט אז די סיטי געבט אויס איבער פערציג טויזענט דאלער (נישט קיין טעות הדפוס) פער קינד אין די פאבליק שולעס אויפן קומענדיגן יאר, דאס קומט אויס איבער דריי טויזענט דאלער א חודש.
 
און וואס זענען די פירות?
 
אנשטאט רעדן לאמיר זען די סעקיוריטי וואס די סיטי נוצט. יעדעס קינד דארף דורכגיין א מעטאל דעטעקטאר, אפשר האט ער א מעסער, א רעוואלווער; טויזנטער וועכטער גייען ארום; מען גייט כסדר ארום און מען אונטערזוכט די זעקלעך פאר אריינגעשמאגעלטע וואפן.
 
מער ווערטער זענען גענציך איבעריג.
 
אנו רצים לחיי העולם הבא, והם רצים לבאר שחת