עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער היינטיגער גרויסער מפיץ מו"ה שמואלי קאהאן הי"ו פון ירושלים, וועלכע רעדט א פליסיגער ענגליש האט אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה מיט עטליכע יאר צוריק, וואס מיט די צייט האט ער געשפירט ווי די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א גייען אריין אין זיין הארץ מער און מער, און ער האט זיך געטראפן כסדר אין מצבים וואס ער האט ווי געזאגט צו זיך אליינס "דער ראש ישיבה זאגט" אזוי און אזוי.
 
דערפאר האט ער אביסל מער פון צוויי יאר צוריק האט אנגעהויבן פארשפרייטן שיינע מעסעדזשעס אויף ענגליש פון א קרישקעלע פון בערך א האלבע מינוט איינע פון די טויזנטע דיאמאנטן וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארקויפט יעדן טאג, ער האט עס אפגעטייפט פאר זיך איבערגעטייטש אויף ענגליש, און האט עס רעקארדירט שיין און קלאר און ארויסגעשיקט פאר די חברים וואס רעדן ענגליש, אז זיי זאלן אויך קענען טרונקען פון די יין המשומר פון די אונגארישע וויין.
 
נאכדעם וואס דאס האט אנגעהאלטן איבער א יאר, האט ער באמערקט אז ער האט יעדע וואך זעקס הערליכע פערל ווערטער חיזוק און עצות הדרכה אויף למעשה וואס איז שוין אפגעטייפט אויף ענגליש, וואס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך מען זאל עס ארויסגעבן פאר די וועלט, אז אויך די וואס באקומען נישט זיינע מעסעדזשעס אויפן טעלעפאן זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון, ער האט מיטגעלטיילט זיין געדאנק מיטן גרויסן מפיץ אין ירושלים דער גבאי פונעם בית המדרש מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א וואס האט אים שטארק מעודד געווען און האט אליינס גענומען די אפגעטייפטע ווערטער פון אים און האט עס הערליך אויסגעשטעלט אלץ א גליון מיט די נאמען "דער ראש ישיבה זאגט", ווי יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די ווערטער "דער ראש ישיבה זאגט", ארויסגענומען פון א בריוו, א דרשה, א חיזוק יומי, א גליון, וכדומה.
 
די גליונות ווערן יעדע וואך צוכאפט ביי די ענגליש רעדנדע אידן, ווי די מפיצים אין לעיקוואוד, און בארא פארק פלעטבוש זאגן עדות, ווען פילע שולן און יחידים בעטן כסדר מען זאל זיי ברענגען דעם הערליכן גליון דער ראש ישיבה זאגט וואס ווי זיי זאגן קענען זיי נישט צוגיין צו א שבת אן זיך דערקוויקן מיט די הערליכע עצות.
 
דער גליון קען מען באקומען דא אויפן וועבסייט. אויך קען מען עס באקומען אויף אימעיל, און ביי די מפיצים.
 
📌 דער גליון אויפן וועבסייט צו דאונלאודן יעדע וואך בעז"ה